ברֵאשִית יד
יד
1און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר, כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, 2האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט ברַע דעם מלך פֿון סדוֹם, און מיט ברשַע דעם מלך פֿון עַמוֹרָה, שִנאָב דעם מלך פֿון אַדמָה, און שֶמאבֿר דעם מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דעם מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר. 3די אַלע האָבן זיך פֿאַראײניקט אין טאָל שִׂדים, דאָס איז דער יַם-הַמֶלַח. 4צװעלף יאָר האָבן זײ געדינט כּדָרלעומֶרן, און אױפֿן דרײַצנטן יאָר האָבן זײ װידערשפּעניקט. 5און אױפֿן פֿערצנטן יאָר איז געקומען כּדָרלעומֶר און די מלכים װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן די רפֿאים אין עַשתּרות-קַרנַיִם, און די זוזים אין הָם, און די אֵימים אין שָוֵה-קִריָתַיִם, 6און די חוֹרים אױף זײער באַרג שֵׂעִיר, ביז אֵיל-פּאָרָן װאָס בײַם מידבר. 7און זײ האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען קײן עֵין-מִשפָּט, דאָס איז קָדֵש, און האָבן געשלאָגן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון עַמָלֵק, און אױך דעם אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חַצְצוֹן-תָּמָר. 8איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון סדוֹם, און דער מלך פֿון עַמוֹרָה, און דער מלך פֿון אַדמָה, און דער מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דער מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ אין טאָל שִׂדים – 9מיט כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, און אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, און אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר; די פֿיר מלכים אַקעגן די פֿינף. 10און דער טאָל שִׂדים איז געװען גריבער אױף גריבער מיט פּעך, און װי די מלכים פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אַהין אַרײַנגעפֿאַלן; און די איבערגעבליבענע זײַנען אַנטלאָפֿן צום באַרג. 11און יענע האָבן צוגענומען דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה, און דאָס גאַנצע עסנװאַרג זײערס, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 12און זײ האָבן צוגענומען לוֹט, דעם זון פֿון אבֿרמס ברודער, װאָס איז געזעסן אין סדוֹם, און זײַן פֿאַרמעג, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 13איז געקומען אַן אַנטרונענער, און האָט אָנגעזאָגט אבֿרם דעם עִבֿרי; און ער האָט געװױנט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא דעם אֶמוֹרי, דעם ברודער פֿון אֶשכּוֹלן, און דעם ברודער פֿון עָנֵרן; און זײ זײַנען געװען בונדסלײַט פֿון אבֿרמען. 14און װי אבֿרם האָט געהערט אַז זײַן אײגענער איז געפֿאַנגען געװאָרן, אַזױ האָט ער אַרױסגעפֿירט זײַנע אײַנגעלערנטע, געבאָרענע אין זײַן הױז, דרײַ הונדערט און אַכצן, און ער האָט נאָכגעיאָגט ביז דָן. 15און ער האָט זיך צעטײלט אַקעגן זײ בײַ נאַכט, ער און זײַנע קנעכט, און ער האָט זײ געשלאָגן און זײ נאָכגעיאָגט ביז חובֿה װאָס לינקס פֿון דַמֶשֶׂק. 16און ער האָט צוריקגעבראַכט דעם גאַנצן פֿאַרמעג, און אױך לוֹט זײַן אײגענעם און זײַן פֿאַרמעג האָט ער צוריקגעבראַכט, און אױך די װײַבער, און דאָס פֿאָלק.
17איז דער מלך פֿון סדוֹם אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, נאָכדעם װי ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן כּדָרלעומֶרן, און די מלכים װאָס מיט אים, אין טאָל שָוֵה, דאָס איז דעם מלכס טאָל. 18און מַלכּי-צֶדֶק דער מלך פֿון שָלֵם האָט אַרױסגעטראָגן ברױט און װײַן; און ער איז געװען אַ כּהן צו אֵל עליון. 19און ער האָט אים געבענטשט, און האָט געזאָגט:
געבענטשט זאָל זײַן אבֿרם פֿון אֵל עליון,
דעם פֿאַרמאָגער פֿון הימל און ערד.
20און געבענטשט זאָל זײַן אֵל עליון
װאָס האָט איבערגעענטפֿערט דײַנע פֿײַנט אין דײַן האַנט.
– און ער האָט אים געגעבן מעשׂר פֿון אַלצדינג.
21און דער מלך פֿון סדוֹם האָט געזאָגט צו אבֿרמען: גיב מיר די נפֿשות, און דעם פֿאַרמעג נעם דיר. 22האָט אבֿרם געזאָגט צו דעם מלך פֿון סדוֹם: איך הײב אױף מײַן האַנט צו ה׳ אֵל עליון, דעם פֿאַרמאָגער פֿון הימל און ערד, 23אױב אַ פֿאָדעם אָדער אַ שוכבענדל! אָדער אױב איך װעל נעמען פֿון עפּעס װאָס איז דײַנס! כּדי זאָלסט נישט זאָגן: איך האָב רײַך געמאַכט אבֿרמען. 24נישט מיר! נאָר װאָס די יונגען האָבן געגעסן, און דעם חלק פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט מיר, עָנֵר, אֶשכּוֹל, און מַמרֵא; זײ מעגן נעמען זײער חלק.
Tans Gekies:
ברֵאשִית יד: OYTORAH
Kleurmerk
Deel
Kopieer
Wil jy jou kleurmerke oor al jou toestelle gestoor hê? Teken in of teken aan
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.