ברֵאשִית יג
יג
1און אבֿרם איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, ער און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, און לוֹט מיט אים, קײן דָרום. 2און אבֿרם איז געװען זײער רײַך אין פֿיך, אין זילבער, און אין גאָלד. 3און ער איז געגאַנגען אױף זײַנע רײַזען, פֿון דָרום און ביז בֵית-אֵל, ביז דעם אָרט װאָס זײַן געצעלט איז דאָרטן געװען אין אָנהײב, צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי, 4צו דעם אָרט פֿון דעם מזבח װאָס ער האָט דאָרטן געמאַכט צוערשט; און װאָס אבֿרם האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.
5און אױך בײַ לוֹטן, װאָס איז געגאַנגען מיט אבֿרמען, זײַנען געװען שאָף און רינדער און געצעלטן. 6און דאָס לאַנד האָט זײ נישט געקענט טראָגן, צו װױנען בײַנאַנד; װײַל זײער פֿאַרמעג איז געװען גרױס, און זײ האָבן נישט געקענט װױנען בײַנאַנד. 7און עס איז געװען אַ קריגערײַ צװישן די פּאַסטוכער פֿון אבֿרמס פֿיך און צװישן די פּאַסטוכער פֿון לוֹטס פֿיך. און דער כּנַעֲני און דער פּרִזי זײַנען דענצמאָל געזעסן אין לאַנד. 8האָט אבֿרם געזאָגט צו לוֹטן: זאָל, איך בעט דיך, נישט זײַן קײן קריג צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַנע פּאַסטוכער און צװישן דײַנע פּאַסטוכער; װאָרעם מיר זײַנען אײגענע מענטשן. 9דאָס גאַנצע לאַנד ליגט דאָך פֿאַר דיר; שײד זיך אָפּ פֿון מיר, איך בעט דיך, ענטװעדער אױף לינקס, און איך װעל זיך נעמען רעכטס, אָדער אױף רעכטס, און איך װעל זיך נעמען לינקס.
10האָט לוֹט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן, אַז זי איז אין גאַנצן באַװאַסערט – דאָס איז געװען אײדער ה׳ האָט צעשטערט סדוֹם און עַמוֹרָה – אַזױ װי דער גאָרטן פֿון ה׳, אַזױ װי דאָס לאַנד מִצרַיִם, ביז דו קומסט קײן צוֹעַר. 11און לוֹט האָט אױסגעקליבן פֿאַר זיך די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן; און לוֹט האָט אַװעקגעצױגן קײן מזרח, און זײ האָבן זיך אָפּגעשײדט אײנער פֿון אַנדערן. 12אבֿרם האָט זיך באַזעצט אין לאַנד כּנַעַן, און לוֹט האָט זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון דער יַרדן געגנט; און ער האָט געהאַט געצעלטן ביז סדוֹם.
13און די מענטשן פֿון סדוֹם זײַנען געװען זײער שלעכט און זינדיק צו ה׳.
14און ה׳ האָט געזאָגט צו אבֿרמען, נאָכדעם װי לוֹט האָט זיך אָפּגעשײדט פֿון אים: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן, און קוק פֿון דעם אָרט װוּ דו ביסט, קײן צפֿון און קײן דָרום און קײן מזרח און קײן מערבֿ; 15װאָרעם דאָס גאַנצע לאַנד װאָס דו זעסט, װעל איך געבן צו דיר און צו דײַן זאָמען אױף אײביק. 16און איך װעל מאַכן דײַן זאָמען אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד, אַז אױב עמיצער װעט קענען צײלן דעם שטױב פֿון דער ערד, װעט אױך דײַן זאָמען געצײלט װערן. 17שטײ אױף, גײ דורכן לאַנד פֿאַר לענג און פֿאַר ברײט, װאָרעם צו דיר װעל איך עס געבן.
18און אבֿרם האָט איבערגעטראָגן זײַן געצעלט, און ער איז געקומען און האָט זיך באַזעצט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װאָס אין חֶבֿרוֹן; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳.
Tans Gekies:
ברֵאשִית יג: OYTORAH
Kleurmerk
Deel
Kopieer
Wil jy jou kleurmerke oor al jou toestelle gestoor hê? Teken in of teken aan
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.