Logoja YouVersion
Ikona e kërkimit

מארקוס 6

6
קאפיטל זעקס
1און ער איז פון דארטן אוועקגעגאנגען, און איז געקומען אין זיין פאטערשטאט אריין; און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. 2און ווען עס איז געקומען שבת, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער שול; און א סך, ווען זיי האבן אים געהערט, האבן געשטוינט, און געזאגט: פונוואנען קומט צו אים אזעלכעס? און וואס איז דאס פאר א חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן? און אזעלכע וואונדער געשען דורך זיינע הענט! 3צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים. 4און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד אחוץ אין זיין פאטערלאנד און צווישן זיינע קרובים און אין זיין אייגן הויז. 5און ער האט דארטן נישט געקענט טאן קיין וואונדער, אויסער וואס ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אייניקע שלאפע, און זיי געהיילט. 6און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן.
און ער איז ארומגעגאנגען אין די ארומיקע דערפער און האט געלערנט.
7און ער האט גערופן צו זיך די צוועלף, און האט אנגעהויבן זיי ארויסצושיקן צווייענווייז, און זיי געגעבן מאכט איבער די אומריינע גייסטער; 8און ער האט זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט מיטנעמען קיין זאך אויפן וועג, נאר בלויז א שטעקן—נישט קיין ברויט, נישט קיין טייסטער, נישט קיין געלט אין גארטל; 9נאר סאנדאלן זאלן זיי זיך אונטערבינדן, און נישט אנטאן קיין צוויי העמדער. 10און האט צו זיי געזאגט: וואו נאר איר וועט אריינגיין אין א הויז, זאלט איר דארט בלייבן ביז איר וועט אוועקגיין פון יענעם ארט. 11און וועלכעס ארט עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און מען וועט אייך נישט וועלן הערן, זאלט איר ביים אוועקגיין פון דארטן אפשאקלען דעם שטויב פון אונטער אייערע פיס, ווי אן עדות צו זיי. 12און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן, 13און האבן ארויסגעטריבן א סך בייזע גייסטער, און געזאלבט א סך שלאפע מיט אייל, און זיי געהיילט. 14און דער קעניג הורדוס האט געהערט וועגן דעם, (ווארום זיין נאמען איז באקאנט געווארן) און האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, און דערפאר ווירקן די כוחות אין אים! 15אנדערע אבער האבן געזאגט, אז ער איז אליהו. און אנדערע האבן געזאגט, אז ער איז א נביא ווי איינער פון די נביאים. 16און ווען הורדוס האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: יוחנן, וועמען איך האב אפגעהאקט דעם קאפ, ער איז ווידער אויפגעשטאנען. 17ווארום הורדוס אליין האט געשיקט און געלאזט כאפן יוחנן, און האט אים געבונדן אין תפיסה צוליב הורודיה, דאס ווייב פון פיליפוס זיין ברודער, ווייל ער האט מיט איר חתונה געהאט. 18ווארום יוחנן האט געזאגט צו הורדוסן: דו טארסט נישט האבן דיין ברודערס ווייב! 19און הורודיה האט אים פיינט געקריגן, און אים געוואלט טייטן, און האט נישט געקענט; 20ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט. 21און ווען עס איז געקומען א געלעגנהייטלעכער טאג, בשעת הורדוס האט אויף זיין געבוירנטאג געמאכט א סעודה פאר זיינע גרויסע לייט, און די הויכע אפיצירן, און די חשובסטע מענטשן פון גליל, 22איז די טאכטער פון הורודיה אליין אריינגעקומען און האט געטאנצט, און זי איז וואוילגעפעלן הורדוסן און זיינע געסט. און דער קעניג האט געזאגט צום מיידל: בעט פון מיר וואס דו ווילסט נאר, און איך וועל עס דיר געבן! 23און ער האט איר צוגעשוואוירן: וואס דו וועסט בעטן, וועל איך דיר געבן, ביז א העלפט פון מיין קעניגרייך. 24און זי איז ארויסגעגאנגען, און האט געזאגט צו איר מוטער: וואס זאל איך בעטן? און זי האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ! 25און זי איז תיכף אריינגעגאנגען גיך צום קעניג, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: איך פארלאנג, אז דו זאלסט מיר איצט געבן קאפ פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה אויף א טעלער! 26און דער קעניג איז טרויעריק געווארן, נאר צוליב די שבועות און די געסט האט ער איר נישט געוואלט אפזאגן. 27און דער קעניג האט גלייך געשיקט א לייבוואכמאן, און האט אים באפוילן צו ברענגען זיין קאפ; און ער איז אוועקגעגאנגען און האט אים אפגעהאקט דעם קאפ אין תפיסה, 28און געברענגט זיין קאפ אויף א טעלער, און האט אים געגעבן דעם מיידל; און דאס מיידל האט אים געגעבן צו איר מוטער. 29און ווען זיינע תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי געקומען און האבן גענומען זיין קערפער, און אים געלייגט אין א קבר אריין.
30און די שליחים האבן זיך פארזאמלט ביי יהושען/ישוען; און אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן, און וואס זיי האבן געלערנט. 31און ער האט צו זיי געזאגט: קומט איר אליין אויף אן איינזאם ארט, און רוט זיך אביסל אפ! ווארום א סך זענען געקומען און געגאנגען, אז זיי האבן אפילו נישט געהאט קיין צייט צו עסן. 32און זיי זענען אוועק אינם שיפל צו אן איינזאם ארט אליין. 33און מען האט זיי געזען אוועקפארן, און א סך האבן זיי דערקענט, און זענען אהינגעקומען צולויפן צופוס פון אלע שטעט פארויס פאר זיי. 34און ווען יהושע/ישוע איז אויסגעשטיגן, האט ער געזען א גרויסן עולם מענטשן, און האט געהאט אויף זיי גרויס רחמנות, ווייל זיי זענען געווען ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך; און ער האט אנגעהויבן זיי א סך צו לערנען. 35און ווען עס איז שוין געווארן א שפעטע שעה, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, און האבן געזאגט: דאס איז א מדבריותדיק ארט, און די שעה איז שוין שפעט; 36לאז זיי אפ, כדי זיי זאלן גיין אין דער ארומיקער געגנט און דערפער, און זיך קויפן עפעס צו עסן. 37ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן? 38ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש. 39און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז. 40און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק. 41און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע. 42און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן. 43און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש. 44און די, וואס האבן געגעסן די ברויטן, זענען געווען פינף טויזנט מאן.
45און גלייך האט ער געצוואונגען זיינע תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פארויס אויף דער אנדערער זייט קיין בית‑צידה, ביז ער וועט אפלאזן דעם המון מענטשן. 46און נאך דעם ווי ער האט זיך געזעגנט מיט זיי, איז ער אוועקגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן. 47און ווען עס איז געווארן אוונט, איז דאס שיפל געווען אינמיטן ים, און ער אליין אויף דער יבשה. 48און זעענדיק ווי זיי פייניקן זיך מיטן רודערן, ווארום דער ווינט איז געווען אנטקעגן זיי, איז ער געקומען צו זיי, ארום דעם פערטן משמר פון דער נאכט, גייענדיק אויפן ים, און האט זיי געוואלט פארבייגיין; 49נאר ווי זיי האבן אים געזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי געמיינט, אז עס איז א געשפענסט, און האבן א געשריי געטאן; 50ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס; 51שרעקט זיך נישט! און ער איז איינגעשטיגן צו זיי אינם שיפל, און דער ווינט האט זיך בארואיקט. און זיי זענען אין זיך זייער דערשטוינט געווארן, איבער יעדער מאס; 52ווארום זיי האבן נישט פארשטאנען בנוגע די ברויטן, מחמת זייער הארץ איז געווען הארט (ווי שטיין).
53און אריבערשיפנדיק זיך צום לאנד, זענען זיי געקומען קיין גניסרת, און האבן פאראנקערט. 54און ווען זיי זענען אויסגעשטיגן פון שיפל, האט מען אים גלייך דערקענט, 55און מען איז ארומגעלאפן אין יענער גאנצער געגנט, און מען האט אנגעהויבן ארומצוטראגן די קראנקע אויף די בעטן, וואו מען האט געהערט, אז ער געפינט זיך. 56און וואו נאר ער איז אריינגעגאנגען, אין דערפער, אדער אין שטעט, אדער אויפן לאנד, האט מען געלייגט די קראנקע אויף די מערקפלעצער, און מען האט אים געבעטן, אז זיי זאלן נאר אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אים אנגערירט, זענען געהאלפן געווארן.

Aktualisht i përzgjedhur:

מארקוס 6: OYBC

Thekso

Ndaje

Copy

None

A doni që theksimet tuaja të jenë të ruajtura në të gjitha pajisjet që keni? Regjistrohu ose hyr