Logoja YouVersion
Ikona e kërkimit

מארקוס 5

5
קאפיטל פינף
1און זיי זענען געקומען אויף דער אנדערער זייט ים, אין דעם לאנד פון די געראסענער, 2און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט, 3וואס האט געהאט זיין וואוינונג אין די קברים, און קיינער האט אים שוין מער נישט געקענט בינדן, אפילו נישט מיט קיין קייט; 4ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען. 5און תמיד, טאג און נאכט, איז ער געווען צווישן די קברים און אויף די בערג, שרייענדיק און שלאגנדיק זיך מיט שטיינער. 6און ווי ער האט דערזען יהושען/ישוען פונדערווייטנס, איז ער געלאפן און האט זיך געבוקט פאר אים; 7און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן! 8ווארום ער האט צו אים געזאגט: דו אומריינער גייסט, גיי ארויס פון דעם מענטשן! 9און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך. 10און ער האט אים פיל געבעטן, אז ער זאל זיי נישט ארויסשיקן פון דעם לאנד. 11און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. 12און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי! 13און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים. 14און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען. 15און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן. 16און די, וואס האבן עס געזען, האבן זיי דערציילט וויאזוי עס איז געשען מיט דעם באזעסענעם, און וועגן די חזירים. 17און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן. 18און ווען ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, האט אים דער, וואס איז געווען באזעסן געבעטן, אז ער זאל מיט אים בלייבן. 19און ער האט אים נישט געלאזט, נאר זאגט צו אים: גיי אהיים צו די דייניקע, און דערצייל זיי וואס פאר א גרויסע זאכן דער האר האט דיר געטאן, און ווי ער האט זיך אויף דיר מרחם געווען! 20און ער איז אוועקגעגאנגען, און האט אנגעהויבן אויסצורופן אין דעקאפאליס אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן; און אלע האבן זיך געוואונדערט.
21און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים. 22און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס, 23און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן! 24און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.
25און א פרוי, וואס האט געליטן פון א בלוט פלוס צוועלף יאר לאנג, 26און האט זייער פיל געליטן פון א סך דאקטוירים, און אויסגעגעבן אלץ וואס זי האט געהאט, און עס האט איר גארנישט געהאלפן, נאר עס איז איר נאך ערגער געווארן, 27האבנדיק געהערט וועגן יהושען/ישוען, איז זי געקומען צווישן דעם המון מענטשן פון הינטן, און האט אנגערירט זיין מלבוש. 28ווארום זי האט זיך געטראכט: אויב איך וועל אנרירן בלויז זיינע מלבושים, וועל איך געהאלפן ווערן! 29און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג. 30און יהושע/ישוע, גלייך ווי ער האט דערפילט אין זיך אז די קראפט איז פון אים ארויסגעגאנגען, האט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון מענטשן, און געזאגט: ווער האט אנגערירט מיינע מלבושים? 31און זיינע תלמידים האבן צו אים געזאגט: דו זעסט דער המון דרענגען דיך, און זאגסטו: ווער האט מיך אנגערירט? 32און ער האט זיך ארומגעקוקט צו זען זי, וואס האט דאס דאזיקע געטאן. 33די פרוי אבער, פארכטנדיק זיך און ציטערנדיק, ווייל זי האט געוואוסט וואס עס איז מיט איר געשען, איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט אים געזאגט דעם גאנצן אמת. 34און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
35בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט מען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז געשטארבן; וואס באמיסטו נאך דעם רבין? 36יהושע/ישוע אבער האט נישט געלייגט קיין אכט אויף דעם ווארט וואס איז גערעדט געווארן, נאר האט געזאגט צום גבאי: פארכט דיך נישט, גלויב נאר! 37און האט קיינעם נישט געלאזט מיטגיין, אחוץ פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן יעקבס ברודער. 38און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל. 39און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר. 40און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען. 41און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף! 42און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג. 43און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן.

Aktualisht i përzgjedhur:

מארקוס 5: OYBC

Thekso

Ndaje

Copy

None

A doni që theksimet tuaja të jenë të ruajtura në të gjitha pajisjet që keni? Regjistrohu ose hyr