מתתיהו 26
26
קאפיטל זעקס און צוואנציק
1און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט אלע די דאזיקע ווערטער, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים: 2איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. 3דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא; 4און זיי האבן זיך באראטן, כדי צו כאפן יהושען/ישוען מיט כיטרעקייט, און אים צו טייטן. 5נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.
6און בשעת יהושע/ישוע איז געווען אין בית‑היני אין שמעון דעם מצורעדיקנס הויז, 7איז צוגעקומען צו אים א פרוי, וואס האט געהאט אן אלאבאסטער פלאש מיט זייער טייערן זאלבאייל, און דעם האט זי אויסגעגאסן אויף זיין קאפ, ווען ער איז געזעסן צום טיש. 8ווי אבער די תלמידים האבן עס געזען, זענען זיי געווארן בייז, און געזאגט: צו וואס דער דאזיקער שאדן? 9מחמת דאס דאזיקע האט מען געקענט טייער פארקויפן, און עס געבן צו ארעמעלייט. 10נאר יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און האט צו זיי געזאגט: וואס פארשאפט איר עגמת נפש דער פרוי? זי האט דאך מיר געטאן א טובה! 11מחמת די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי אייך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל! 12מחמת אויסגיסנדיק דעם דאזיקן זאלבאייל אויף מיין גוף, האט זי עס געטאן צו מיין קבורה. 13באמת זאג איך אייך: וואו נאר די דאזיקע גוטע בשורה וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט מען אויך זאגן, וואס זי האט געטאן, איר לזכרון!
14דעמאלט איז געגאנגען איינער פון די צוועלף, וואס האט געהייסן יהודה איש‑קריות, צו די הויפט כהנים, 15און האט געזאגט: וואס ווילט איר מיר געבן, ווען איך וועל אים איבערגעבן צו אייך? און זיי האבן אים אפגעוואויגן דרייסיק שטיק זילבער. 16און פון דעמאלט אן האט ער געזוכט א גוטע געלעגנהייט, כדי ער זאל אים פארראטן.
17און דעם ערשטן טאג פון חג המצות זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: וואו ווילסטו זאלן מיר צוגרייטן פאר דיר צו עסן דאס קרבן פסח? 18און ער האט געזאגט: גייט אין דער שטאט אריין צו דעם און דעם, און זאגט צו אים: דער רבי זאגט: מיין צייט איז נאענט; ביי דיר וויל איך מאכן פסח מיט מיינע תלמידים. 19און די תלמידים האבן געטאן, ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן; און צוגעגרייט דאס קרבן פסח. 20און ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער זיך אנידערגעזעצט צום טיש מיט די צוועלף תלמידים. 21און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן! 22און זיי זענען געווארן זייער טרויעריק, און האבן אנגעהויבן, איינער נאכן אנדערן, צו זאגן צו אים: האר, בין איך דאס? 23און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס טונקט איין די האנט מיט מיר אין דער קערה, דער דאזיקער וועט מיך פארראטן. 24דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן. 25און יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט ענטפערנדיק געזאגט: רבי, בין איך דאס? זאגט ער צו אים: דו האסט עס געזאגט! 26און בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף. 27און ער האט גענומען א כוס, געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי, זאגנדיק: טרינקט אלע דערפון! 28מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד. 29איך זאג אייך אבער, איך וועל מער נישט טרינקען פון איצט אָן פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל דאס טרינקען מיט אייך ניי אין דעם קעניגרייך פון מיין פאטער.
30און זיי האבן אפגעזונגען הלל, און זענען ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
31דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו זיי: איר אלע וועט געשטרויכלט ווערן אין מיר אין דער דאזיקער נאכט; מחמת עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף פון דער סטאדע וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.) 32נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך פארויסגיין פאר אייך קיין גליל. 33פעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אפילו ווען אלע וועלן געשטרויכלט ווערן אין דיר, וועל איך מיך קיינמאל נישט שטרויכלען! 34האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר, אז אין דער דאזיקער נאכט, איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען! 35זאגט פעטרוס צו אים: און אויב איך זאל מוזן שטארבן מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען! דעסגלייכן האבן אויך אלע תלמידים געזאגט.
36דאן גייט יהושע/ישוע מיט זיי אויף אן ארט, וואס הייסט גת‑שמני, און זאגט צו די תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל אהינגיין דארטן און תפילה טאן. 37און ער האט מיטגענומען פעטרוסן און זבדיס ביידע זין, און האט אנגעהויבן צו טרויערן און צו זיין באטריבט. 38דעמאלט זאגט ער צו זיי: מיין נפש איז טיף באטריבט, ביז צום טויט! בלייבט דא, און וואכט מיט מיר! 39און איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו! 40און ער גייט צו צו די תלמידים, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: אזוי, איר האט נישט געקענט וואכן מיט מיר איין שעה? 41האלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך. 42ווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען! 43און ער איז געקומען און האט זיי ווידער געפונען שלאפן; מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער. 44און ער האט זיי איבערגעלאזט, איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן צום דריטן מאל, זאגנדיק נאכאמאל די זעלביקע ווערטער. 45דאן גייט ער צו צו די תלמידים, און זאגט צו זיי: איר שלאפט נאך אלץ, און רוט? זע, די שעה האט זיך דערנענטערט, און דער בר אנש ווערט פארראטן אין די הענט פון חוטאים! 46שטייט אויף, לאמיר גיין! זע, דער וואס פארראט מיך איז נאענט!
47און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געקומען און מיט אים א גרויסער המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און זקנים פון פאלק. 48דער אבער, וואס האט אים פארראטן, האט זיי געגעבן א צייכן, און געזאגט: וועמען איך וועל געבן א קוש, דער איז עס, כאפט אים! 49און גלייך איז ער צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: שלום, רבי! און האט אים געקושט. 50יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: פריינד, צו וואס ביסטו געקומען? דעמאלט זענען זיי צוגעגאנגען און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף יהושען/ישוען, און אים גענומען. 51און זע, איינער פון די, וואס זענען געווען מיט יהושען/ישוען, האט אויסגעשטרעקט די האנט, און ארויסגעצויגן זיין שווערד, און האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער. 52דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: קער אום דיין שווערד אויף איר ארט! מחמת אלע, וואס נעמען א שווערד, וועלן אומקומען מיט דער שווערד. 53אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים? 54און וויאזוי זשע וואלטן די כתבי (הקודש) געקענט דערפילט ווערן, אז אָט אזוי מוז עס געשען? 55אין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען. 56דאס אלץ אבער איז געשען, כדי די שריפטן פון די נביאים זאלן דערפילט ווערן. דעמאלט האבן אלע תלמידים אים פארלאזט, און זענען אנטלאפן.
57און די, וואס האבן גענומען יהושען/ישוען, האבן אים אוועקגעפירט צו קיפא, דעם כהן גדול, וואו די סופרים און די זקנים זענען געווען פארזאמלט. 58און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס ביז צום הויף פון כהן גדול, און איז אריינגעגאנגען אינעווייניק, און זיך אנידערגעזעצט מיט די שומרים, צו זען דעם סוף. 59און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט א פאלש עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי זיי זאלן אים קענען טייטן; 60און האבן נישט געפונען, הגם א סך פאלשע עדות זענען געקומען. צולעצט אבער זענען געקומען צוויי, 61און האבן געזאגט: דער דאזיקער האט געזאגט: איך בין בכוח צו צעשטערן דעם היכל פון ה׳, און אים אויפצובויען אין דריי טאג. 62און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט צו אים: דו ענטפערסט גארנישט? וואס איז דאס, וואס זיי זאגן עדות קעגן דיר? 63יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער! 64זאגט יהושע/ישוע צו אים: דו האסט עס געזאגט! דאך זאג איך אייך: פון איצט אָן וועט איר זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען אויף די וואלקנס פון הימל! (תהלים קי, א; דניאל ז, יג-יד.) 65דעמאלט האט דער כהן גדול צעריסן זיינע קליידער, זאגנדיק: ער האט געלעסטערט; וואס דארפן מיר נאך האבן עדות? זע, איר האט איצט געהערט די לעסטערונג. 66וואס מיינט איר? און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: ער איז חייב מיתה. 67דאן האבן זיי אים געשפיגן אין פנים אריין און האבן אים געשלאגן מיט די פויסטן; 68אנדערע האבן אים געגעבן פעטש, און געזאגט: משיח, זאג נבואות צו אונדז! ווער איז עס, וואס האט דיך געשלאגן?
69און פעטרוס איז געזעסן אינדרויסן אויפן הויף. און א דינסטמויד איז צוגעקומען צו אים, און האט געזאגט: אויך דו ביסט געווען מיט יהושע/ישוע הגלילי! 70ער אבער האט עס געלייקנט פאר אלעמען, אזוי צו זאגן: איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! 71און איז ארויסגעגאנגען צום פאדערהויז, און אן אנדערע האט אים דערזען, און זאגט צו די מענטשן דארטן: דער דאזיקער איז געווען מיט יהושע/ישוע פון נצרת! 72און נאכאמאל האט ער עס געלייקנט מיט א שבועה: איך קען נישט דעם מענטשן! 73און נאך א קליינער וויילע זענען צוגעקומען די, וואס זענען דארט געשטאנען, און האבן געזאגט צו פעטרוסן: עס איז אמת, אויך דו ביסט איינער פון זיי; מחמת אפילו דיין ארט רעדן פארראט דיך. 74דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו שעלטן און שווערן: איך קען נישט דעם מענטשן! און גלייך האט א האן געקרייט. 75און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון יהושע/ישוע, וואס ער האט אים געהאט געזאגט: איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט ביטער געוויינט.
Aktualisht i përzgjedhur:
מתתיהו 26: OYBC
Thekso
Ndaje
Copy
A doni që theksimet tuaja të jenë të ruajtura në të gjitha pajisjet që keni? Regjistrohu ose hyr
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.