Logoja YouVersion
Ikona e kërkimit

מתתיהו 25

25
קאפיטל פינף און צוואנציק
1דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן. 2און פינף פון זיי זענען געווען נארישע, און פינף קלוגע. 3מחמת די נארישע האבן גענומען די לאמפן, און נישט מיטגענומען מיט זיך קיין אייל. 4די קלוגע אבער האבן גענומען אייל אין זייערע געפעסן, צוזאמען מיט זייערע לאמפן. 5און בשעת דער חתן האט זיך געזאמט, האבן אלע געדרעמלט און זענען איינגעשלאפן. 6ארום האלבער נאכט אבער איז געווארן א געשריי: זע, דער חתן קומט! גייט אים אנטקעגן! 7דעמאלט האבן זיך יענע אלע יונגפרויען אויפגעכאפט, און האבן געברענגט אין ארדנונג זייערע לאמפן. 8און די נארישע האבן געזאגט צו די קלוגע: גיט אונדז פון אייער אייל; ווייל אונדזערע לאמפן לעשן זיך אויס. 9און די קלוגע האבן געענטפערט, און געזאגט: פאר קיין פאל נישט! טאמער וועט נישט גענוג פאר אונדז און פאר אייך! גייט ליבער צו די הענדלער, און קויפט זיך. 10און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן. 11און שפעטער קומען אויך די איבריקע יונגפרויען, און זאגן: האר, האר, עפן אונדז אויף! 12ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט! 13וואכט זשע; ווייל איר ווייסט נישט דעם טאג, און אויך נישט די שעה.
14מחמת גלייך ווי א מענטש פארן אוועקפארן, האט צונויפגערופן זיינע קנעכט, און זיי איבערגעגעבן זיינע גיטער; 15און איינעם האט ער געגעבן פינף טאלאנטן, דעם אנדערן צוויי, און דעם דריטן איינעם; יעדן לויט זיין אייגענעם כוח; און איז באלד אוועקגעפארן. 16און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף. 17דעסגלייכן דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן, האט פארדינט אנדערע צוויי. 18דער אבער, וואס האט באקומען דעם איינעם, איז געגאנגען און האט געגראבן אין דער ערד, און פארבארגן זיין הארס געלט. 19און נאך א לאנגער צייט קומט דער האר פון יענע קנעכט, און מאכט א חשבון מיט זיי. 20און עס איז געקומען דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, און האט געברענגט אנדערע פינף טאלאנטן, און געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן פינף טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע פינף טאלאנטן. 21האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! 22איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן און האט געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן צוויי טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע צוויי טאלאנטן. 23האט זיין האר צו אים געזאגט: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! 24און עס איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען דעם איינעם טאלאנט. און האט געזאגט: האר, איך קען דיך, אז דו ביסט א הארטער מענטש; דו שניידסט, וואו דו האסט נישט געזייט. און זאמלסט, וואו דו האסט נישט צעשפרייט; 25און ווייל איך האב מורא געהאט, בין איך געגאנגען און האב פארבארגן דיין טאלאנט אין דער ערד. אָט האסטו דאס דייניקע! 26און זיין האר האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו בייזער און פוילער קנעכט! האסט געוואוסט, אז איך שנייד, וואו איך האב נישט געזייט און זאמל, וואו איך האב נישט צעשפרייט; 27האסטו דעריבער געדארפט איינלייגן מיין געלט ביי די באנקירן, און ביי מיין קומען וואלט איך אפגענומען דאס מייניקע מיט פראצענט. 28נעמט זשע פון אים אוועק דעם טאלאנט, און גיט אים דעם, וואס האט די צען טאלאנטן! 29מחמת יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט פון אים אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא. 30און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
31ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד; 32און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן. 33און וועט שטעלן די שאף אויף זיין רעכטער זייט, די ציגן אבער אויף דער לינקער זייט. 34דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן! 35מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר געגעבן צו טרינקען; איך בין געווען אן אורח, און איר האט מיך אריינגענומען; 36א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר. 37דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען? 38ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט? 39ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר? 40און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר! 41דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים! 42מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו טרינקען: 43אן אורח בין איך געווען, און איר האט מיך נישט אריינגענומען; נאקעט, און איר האט מיך נישט באקליידט; קראנק און אין תפיסה, און איר האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר, 44דאן וועלן אויך זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק אדער דורשטיק אדער אן אורח אדער נאקעט אדער קראנק אדער אין תפיסה, און האבן דיך נישט באדינט? 45דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר! 46און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.

Aktualisht i përzgjedhur:

מתתיהו 25: OYBC

Thekso

Ndaje

Copy

None

A doni që theksimet tuaja të jenë të ruajtura në të gjitha pajisjet që keni? Regjistrohu ose hyr