YouVersion लोगो
खोज आइकन

ברֵאשִית כב

כב
1און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט האלֹקים געפּרוּװט אבֿרהמען, און האָט צו אים געזאָגט: אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 2האָט ער געזאָגט: נעם דײַן זון, דײַן אײן-אײנציקן, װאָס דו האָסט ליב, יִצחָקן, און גײ דיר קײן לאַנד מוֹרִיָה, און ברענג אים אױף דאָרטן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אױף אײנעם פֿון די בערג װאָס איך װעל דיר זאָגן.
3האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט אָנגעזאָטלט זײַן אײזל, און גענומען מיט זיך זײַנע צװײ יונגען, און זײַן זון יִצחָקן; און ער האָט צעהאַקט דאָס האָלץ פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער, און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען צו דעם אָרט װאָס האלֹקים האָט אים געזאָגט.
4אין דעם דריטן טאָג האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם אָרט פֿון װײַטן. 5און אבֿרהם האָט געזאָגט צו זײַנע יונגען: בלײַבט אײַך דאָ מיטן אײזל, און איך און דער ייִנגל װעלן גײן ביז אַהין, און מיר װעלן זיך בוקן, און מיר זיך אומקערן צו אײַך.
6און אבֿרהם האָט גענומען דאָס האָלץ פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײַן זון יִצחָקן, און ער האָט גענומען אין זײַן האַנט דאָס פֿײַער און דעם שלאַכטמעסער, און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען בײַנאַנד. 7האָט יִצחָק זיך אָפּגערופֿן צו זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און האָט געזאָגט: מײַן פֿאָטער! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך, מײַן זון. האָט ער געזאָגט: אָט איז דאָס פֿײַער און דאָס האָלץ, און װוּ איז דאָס לאַם פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער? 8האָט אבֿרהם געזאָגט: אלֹקים װעט זיך שױן זען אַ לאַם פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, מײַן זון. און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען בײַנאַנד.
9און זײ זײַנען געקומען צו דעם אָרט װאָס האלֹקים האָט אים געזאָגט; און אבֿרהם האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח, און האָט אױסגעלײגט דאָס האָלץ, און ער האָט געבונדן זײַן זון יִצחָקן, און אים אַרױפֿגעטאָן אױפֿן מזבח, איבערן האָלץ. 10און אבֿרהם האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט גענומען דעם שלאַכטמעסער צו שעכטן זײַן זון.
11האָט דער מלאך פֿון ה׳ גערופֿן צו אים פֿון הימל, און האָט געזאָגט: אבֿרהם! אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 12האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט אױסשטרעקן דײַן האַנט אױפֿן ייִנגל, און זאָלסט אים גאָרנישט טאָן; װאָרעם אַצונד װײס איך אַז דו ביסט אַ ירא אלֹקים, אַז דו האָסט נישט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײן־אײנציקן, פֿון מיר.
13האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען ערשט הינטן האָט אַ װידער זיך אײַנגעדרײט אין די דערנער מיט זײַנע הערנער. איז אבֿרהם געגאַנגען, און האָט גענומען דעם װידער, און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אַנשטאָט זײַן זון. 14און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט ה׳-יִראֶה; אַזױ װי עס װערט נאָך הײַנט געזאָגט: אױף דעם באַרג פֿון ה׳ װאוּ װערט געזען װערן.
15און דער מלאך פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו אבֿרהמען אַ צװײט מאָל פֿון הימל, 16און האָט געזאָגט: איך שװער בײַ זיך, זאָגט ה׳, אַז װײַל דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך, און האָסט נישט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײן-אײנציקן, 17איז, בענטשן װעל איך דיך בענטשן, און מערן װעל איך מערן דײַן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים; און דײַן זאָמען װעט אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פֿײַנט. 18און בענטשן װעלן זיך מיט דײַן זאָמען אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, דערפֿאַר װאָס דו האָסט צוגעהערט צו מײַן קֹול.
19און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַנע יונגען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען געגאַנגען בײַנאַנד קײן באֵר-שֶבַֿע. און אבֿרהם איז געבליבן אין באֵר-שֶבַֿע.
20און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז אָנגעזאָגט געװאָרן אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: זע, מִלכָּה, זי אױך האָט געבאָרן זין צו דײַן ברודער נָחוֹרן: 21עוץ זײַן בכוֹר, און בוז זײַן ברודער, און קמואֵל דעם פֿאָטער פֿון אַרָם, 22און כֶּשֶׂדן, און חַזון, און פִּלדָשן, און יִדלָפֿן, און בתואֵלן. 23און בתואֵל האָט געבאָרן רבקהן. די דאָזיקע אַכט האָט מִלכָּה געבאָרן צו נָחוֹר, אבֿרהמס ברודער. 24און זײַן קעפּסװײַב װאָס איר נאָמען איז געװען רְאומָה, זי אױך האָט געבאָרן טֶבַחן, און גַחַמען, און תַּחַשן, און מַעֲכָהן.

अहिले सेलेक्ट गरिएको:

ברֵאשִית כב: OYTORAH

हाइलाइट

शेयर गर्नुहोस्

कपी गर्नुहोस्

None

तपाईंका हाइलाइटहरू तपाईंका सबै यन्त्रहरूमा सुरक्षित गर्न चाहनुहुन्छ? साइन अप वा साइन इन गर्नुहोस्