Kisary famantarana ny YouVersion
Kisary fikarohana

מתתיהו 1

1
1דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם. 2אברהם האט געבוירן יצחקן, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב האט געבוירן יהודהן און זיינע ברידער. 3און יהודה האט געבוירן פרצן און זרחן פון תמר. און פרץ האט געבוירן חצרון, און חצרון האט געבוירן רם. 4און רם האט געבוירן עמינדבן, און עמינדב האט געבוירן נחשון, און נחשון האט געבוירן שלמון, 5און שלמון האט געבוירן בועזן פון רחב, און בועז האט געבוירן עובדן פון רות, און עובד האט געבוירן ישי, 6און ישי האט געבוירן דוד המלך.
און דוד האט געבוירן שלמהן פון אוריהס ווייב, 7און שלמה האט געבוירן רחבעם, און רחבעם האט געבוירן אביה, און אביה האט געבוירן אסא, 8און אסא האט געבוירן יהושפטן, און יהושפט האט געבוירן יורם, און יורם האט געבוירן עזיהו, 9און עזיהו האט געבוירן יותם, און יותם האט געבוירן אחזן, און אחז האט געבוירן יחזקיהון, 10און יחזקיהו האט געבוירן מנשהן, און מנשה האט געבוירן אמון, און אמון האט געבוירן יאשיהו, 11און יאשיהו האט געבוירן יכניהו און זיינע ברידער, צו דער צייט פונם גלות בבל.
12און נאך דער פארטרייבונג קיין בבל האט יכניהו געבוירן שאלתיאלן, און שאלתיאל האט געבוירן זרובבלען, 13און זרובבל האט געבוירן אביהודן, און אביהוד האט געבוירן אליקים, און אליקים האט געבוירן עזורן, 14און עזור האט געבוירן צדוקן, און צדוק האט געבוירן יכין, און יכין האט געבוירן אליהודן, 15און אליהוד האט געבוירן אלעזרן, און אלעזר האט געבוירן מתן, און מתן האט געבוירן יעקבן, 16און יעקב האט געבוירן יוספן, דעם מאן פון מרים, פון וועלכער עס איז געבוירן געווארן יהושע/ישוע, וואס ווערט גערופן משיח.
17און אזוי זענען אלע דורות פון אברהם ביז דוד פערצן דורות; און פון דוד ביז צום גלות בבל פערצן דורות; און פונם גלות בבל ביז צו דעם משיח פערצן דורות.
18און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש. 19יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין. 20און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש. 21און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד. 22און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
23זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן,
און געבוירן א זון,
און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל,
(ישעיהו ז, יד.)
וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. 24און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; 25און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.

Voafantina amin'izao fotoana izao:

מתתיהו 1: OYBC

Asongadina

Hizara

Dika mitovy

None

Tianao hovoatahiry amin'ireo fitaovana ampiasainao rehetra ve ireo nasongadina? Hisoratra na Hiditra