ברֵאשִית ו

ו
1און עס איז געװען, אַז די מענטשן האָבן זיך אָנגעהױבן מערן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן טעכטער, 2האָבן די זין פֿון האלֹקים געזען די טעכטער פֿון מענטשן אַז זײ זײַנען שײן, און זײ האָבן זיך גענומען װײַבער װעמען-נאָר זײ האָבן אױסדערװײלט. 3האָט ה׳ געזאָגט: מײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} זאָל נישט אײביק שטרעבן מיט מענטשן, װאָרום ער איז פֿלײש; נאָר זײַנע טעג זאָלן זײַן הונדערט און צװאַנציק יאָר.
4די נפֿילים זײַנען געװען אױף דער ערד אין יענע טעג – און אױך דערנאָך – װען די זין פֿון האלֹקים פֿלעגן קומען צו די טעכטער פֿון מענטשן, און זײ פֿלעגן געבערן פֿון זײ; דאָס זײַנען די גיבוֹרים װאָס פֿון פֿאַרצײַטן, מענער מיט אַ נאָמען.
5און ה׳ האָט געזען אַז דאָס בײז פֿון דעם מענטשן איז גרױס אױף דער ערד, און די גאַנצע {כֹּל}#יְשַעְיָה 53‏.6 טראַכטונג פֿון די מחשבֿות פֿון זײַן האַרצן איז רק צום בײזן אַ גאַנצן טאָג.#6‏.5 אין יעדן מענטש איז פֿאַראַן אַ מין דא-און-איצט גיהנום, פֿון װעלכן ער מוז געראַטעװעט װערן. עס איז געזען דאָ. יעדער מענטש איז זונדיק, פֿון חטא קדמון. עס איז אַצונד צװישן מענטש און מענטשס באַשעפֿער אַ גרױסער תּהום אהן קײן בריק. עס איז זינד פֿון מענטשס טֶבֿע. דאָס הײסט חטא קדמון פאל, אין מענטש. און אַזעלכע אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אױך טאקע נישט; ‏און די, װאָס זענען אָן די נײַ גײַסט און גאולה, קענען נישט געפֿעלן ה׳. 6און ה׳ האָט חרטה געהאַט װאָס ער האָט געמאַכט דעם מענטשן אױף דער ערד, און ער איז געװען באַטריבט אין זײַן האַרצן. 7און ה׳ האָט געזאָגט: איך װעל אָפּמעקן דעם מענטשן װאָס איך האָב באַשאַפֿן, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד; פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פֿױגל פֿון הימל; װאָרום איך האָב חרטה װאָס איך האָב זײ געמאַכט. 8אָבער נֹח האָט געפֿונען חֵן {לײַטזעליקײט} אין די אױגן פֿון ה׳.
נֹחַ
9דאָס איז די געשיכטע פֿון נֹחן. נֹח איז געװען אַ גערעכטער, ערלעכער מאַן אין זײַן דור; מיט האלֹקים איז געגאַנגען נֹח. 10און נֹח האָט געבאָרן דרײַ זין: שֵם, חָם, און יֶפֶֿת. 11און די ערד איז פֿאַרדאָרבן געװאָרן פֿאַר האלֹקים, און די ערד איז פֿול געװאָרן מיט אומרעכט {חָמָס}.#יְשַעְיָה 53‏.9 12און אלֹקים האָט געזען די ערד, ערשט זי איז פֿאַרדאָרבן, װײַל יעטװעדער לײַב האָט פֿאַרדאָרבן זײַן װעג אױף דער ערד. 13און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דער סוף פֿון אַלע לײַבער איז געקומען פֿאַר מיר, װאָרום די ערד איז פֿול מיט אומרעכט דורך זײ; און זע, איך ברענג זײ אום מיט דער ערד. 14מאַך דיר אַ תּבֿה פֿון גופֿר האָלץ; אין קאַמערן זאָלסטו מאַכן די תּבֿה, און זאָלסט זי אױספּעכן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק מיט פּעך. 15און אָט װי דו זאָלסט זי מאַכן: דרײַ הונדערט אײלן די לענג פֿון דער תּבֿה, פֿופֿציק אײלן איר ברײט, און דרײַסיק אײלן איר הײך. 16אַ דאַך זאָלסטו מאַכן צו דער תּבֿה, און אױף אַן אײל [די ברײט] זאָלסטו זי פֿאַרענדיקן פֿון אױבן; און דעם אײַנגאַנג פֿון דער תּבֿה זאָלסטו מאַכן אין איר זײַט; מיט אַן אונטערשטן, צװײטן, און דריטן שטאָק זאָלסטו זי מאַכן. 17און איך, זע, איך ברענג אַ מבול װאַסער אױף דער ערד, אומצוברענגען יעטװעדער לײַב װאָס אין אים איז דאָ אַ גײַסט פֿון לעבן, פֿון אונטערן הימל; אַלץ װאָס אױף דער ערד װעט אומקומען. 18אָבער איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בְּרִית מיט דיר, און װעסט אַרײַנגײן אין דער תּבֿה, דו און דײַנע זין, און דײַן װײַב, און דײַנע זינס װײַבער, מיט דיר. 19און פֿון אַלץ װאָס לעבט, פֿון אַלע לײַבער, זאָלסטו אַרײַנברענגען צו צװײ פֿון איטלעכן אין דער תּבֿה, אױף צו דערהאַלטן בײַם לעבן מיט דיר; אַ זָכר און אַ נקבֿה זאָלן זײ זײַן. 20פֿון די פֿױגלען לױט זײערע מינים, און פֿון די בהמות לױט זײערע מינים, פֿון אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים, צו צװײ פֿון איטלעכן זאָלן אַרײַנגײן צו דיר, אױף צו דערהאַלטן בײַם לעבן. 21און דו נעם דיר פֿון יעטװעדער עסנװאַרג װאָס װערט געגעסן, און זאַמל אײַן צו דיר, כּדי עס זאָל זײַן פֿאַר דיר און פֿאַר זײ צום עסן.
22און נֹח האָט אַזױ געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס אלֹקים האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.

하이라이트

공유

복사

None

모든 기기에 하이라이트를 저장하고 싶으신가요? 회원가입 혹은 로그인하세요