מתתיהו 6
6
קאפיטל זעקס
1גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט טאן אייער צדקה פאר לייטן, כדי פון זיי געזען צו ווערן; און אויב נישט, האט איר נישט קיין שכר ביי אייער פאטער, וואס איז אין הימל. 2דעריבער ווען דו טוסט א גמילות חסד, לאז נישט אויסטראמפייטערן פאר דיר, ווי די צבועקעס טאן אין די שולן און אויף די גאסן, כדי געלויבט צו ווערן פון לייטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר. 3דו אבער ווען דו טוסט א גמילות חסד זאל דיין לינקע האנט נישט וויסן, וואס די רעכטע טוט, 4כדי דיין גמילות חסדים זאל בלייבן פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
5און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר. 6דו אבער, ווען דו טוסט תפילה, גיי אריין אין דיין חדרל, און פארשליס די טיר, און זיי מתפלל צו דיין פאטער, וואס איז פארבארגן, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן. 7און תפילה טוענדיק, זאלט איר נישט פלאפלען ווי די אומות (העולם); מחמת זיי מיינען, אז דורך א סך ווערטער זייערע, וועלן זיי דערהערט ווערן. 8דעריבער זייט נישט גלייך ווי זיי! מחמת ה׳, אייער פאטער, ווייסט וואס איר באדארפט, איידער איר בעט אים. 9דעריבער זאלט איר אזוי תפילה טאן:
אונדזער פאטער, וואס דו ביסט אין הימל,
געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען.
10זאל דיין מלכות קומען.
זאל דיין רצון געשען,
ווי אין הימל, אזוי אויך אויף דער ערד.
11אונדזער טעגלעך ברויט גיב אונדז היינט.
12און פארגיב אונדז אונדזערע חובות,
ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.
13און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון,
נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס
(מחמת דיין איז דאס מלכות,
און די מאכט, און די הערלעכקייט,
אויף אייביק! אמן.)
14מחמת אויב איר פארגיט די מענטשן זייערע פעלערן, וועט אייער הימלישער פאטער אייך אויך פארגעבן. 15ווען אבער איר פארגיט די מענטשן נישט, וועט אייער פאטער אייך אויך נישט פארגעבן אייערע עבירות.
16און ווען איר פאסט, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, מיט א זויער פנים; מחמת זיי פארפינסטערן זייערע פנימער, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן, אז זיי פאסטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר. 17דו אבער, ווען דו פאסט, זאלב דיר דעם קאפ מיט אייל, און וואש דיר אפ דאס פנים; 18כדי זאלסט נישט געזען ווערן פון מענטשן, אז דו פאסט, נאר פאר דיין פאטער, וואס איז פארבארגן; און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבארגעניש, וועט דיר פארגעלטן.
19זאמלט אייך נישט איין קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מילב און זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן אונטער און גנבענען אוועק. 20נאר זאמלט אייך איין אוצרות אין הימל, וואו נישט די מילב נישט דער זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן נישט אונטער און גנבענען נישט אוועק. 21מחמת וואו דיין אוצר איז, דארט וועט אויך דיין הארץ זיין. 22דאס ליכט פון דעם גוף איז דאס אויג. 23אויב דעריבער דיין אויג איז געזונט, וועט דיין גאנצער גוף זיין ליכטיק. ווען אבער דיין אויג איז בייז, וועט דיין גאנצער גוף זיין פינסטער. דעריבער אויב דאס ליכט, וואס איז אין דיר, איז פינסטער, ווי גרויס איז די חושך! 24קיינער קען נישט דינען צוויי הארן; מחמת אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן, און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן ביי איינעם, און דעם אנדערן פאראכטן. איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון. 25דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג? 26קוקט אויף די פייגל פון הימל, אז זיי זייען נישט, און שניידן נישט, און זאמלען אויך נישט אין שייערס אריין; און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. צי זענט איר דען נישט פיל מער ווערט ווי זיי? 27און ווער פון אייך זארגנדיק, קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס? 28און פארוואס זארגט איר זיך וועגן א מלבוש? לערנט זיך אראפ פון די ליליעס פון פעלד, ווי זיי וואקסן; זיי ארבעטן נישט און שפינען נישט; 29איך זאג אייך אבער, אז שלמה מיט זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אזוי אנגעטאן, ווי איינע פון די דאזיקע. 30און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע? 31דעריבער זאלט איר נישט זארגן, אזוי צו זאגן: וואס וועלן מיר עסן, אדער וואס וועלן מיר טרינקען, אדער מיט וואס וועלן מיר זיך קליידן? 32מחמת די אומות (העולם) זוכן דאס אלץ; יא, אייער הימלישער פאטער ווייסט, אז איר נויטיקט זיך אין דעם אלעם. 33זוכט אבער צום אלעמערשטן זיין מלכות, און זיין גערעכטיקייט; און דאס אלץ וועט אייך צוגעגעבן ווערן. 34זארגט זשע נישט אויף מארגן; מחמת דער מארגנדיקער טאג וועט זארגן פאר זיך אליין. דער טאג האט גענוג זיין אייגן בייז.
Արդեն Ընտրված.
מתתיהו 6: OYBC
Ընդգծել
Կիսվել
Պատճենել
Ցանկանու՞մ եք պահպանել ձեր նշումները ձեր բոլոր սարքերում: Գրանցվեք կամ մուտք գործեք
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.