מתתיהו 2

2
קאפיטל צוויי
1און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים, 2און האבן געזאגט: וואו איז ער, וואס איז געבוירן געווארן, דער מלך פון די יידן? מחמת מיר האבן געזען זיין שטערן אויפן מזרח, און זענען געקומען, זיך צו בוקן צו אים. 3און ווי דער קעניג הורדוס האט דאס געהערט, האט ער זיך דערשראקן און גאנץ ירושלים מיט אים. 4און איינזאמלענדיק אלע הויפט כהנים און סופרים פונם פאלק, האט ער זיי געפרעגט, וואו דער משיח דארף געבוירן ווערן. 5און זיי האבן צו אים געזאגט: אין בית‑לחם יהודה; מחמת אזוי איז געשריבן געווארן דורך דעם נביא.
6און דו בית‑לחם, לאנד יהודה,
ביסט בשום אופן נישט דאס קלענסטע
צווישן די פרינצן פון יהודה;
מחמת פון דיר וועט ארויסקומען א מושל,
וואס וועט פיטערן מיין פאלק ישראל!
(מיכה ה, ב.)
7דערנאך האט הורדוס שטילערהייט גערופן די שטערנזעער, און גרינטלעך אויסגעפארשט ביי זיי די צייט, ווען דער שטערן האט זיך באוויזן. 8און ער האט זיי געשיקט קיין בית‑לחם, און געזאגט: גייט און פארשט נאך גענוי וועגן דעם קינד; און ווען איר וועט עס געפינען, דערציילט מיר, כדי איך זאל אויך קומען און מיך בוקן צו אים. 9און זיי, האבנדיק געהערט דעם קעניג, האבן זיך געווענדט אויף זייער וועג; און זע, דער שטערן, וועלכן זיי האבן געזען אויפן מזרח, איז געגאנגען פאר זיי, ביז ער איז געקומען און זיך געשטעלט איבער דעם ארט, וואו דאס קינד איז געווען. 10און זעענדיק דעם שטערן, האבן זיי זיך געפריידט מיט א זייער גרויסער שמחה. 11און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע. 12און ווערנדיק געווארנט אין א חלום, זיך נישט אומצוקערן צו הורדוסן, זענען זיי אוועק אויף אן אנדערן וועג אין זייער אייגן לאנד אריין. 13און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען. 14און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער ביינאכט, און איז אוועק קיין מצרים. 15און איז דארט געווען ביז הורדוס איז געשטארבן, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
פון מצרים האב איך גערופן מיין זון.
(הושע יא, א.)
16דעמאלט האט הורדוס געזען, אז ער איז געווארן אפגעשפאט פון די שטערנזעער, איז ער געווארן שרעקלעך צארנדיק, און האט געשיקט, און געלאזט טייטן אלע יינגלעך, וואס זענען געווען אין בית‑לחם און אין אלע אירע געגנטן, פון צוויי יאר און יונגער, לויט דער צייט, וואס ער האט גענוי אויסגעפונען פון די שטערנזעער. 17דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
18א קול איז געהערט געווארן אין רמה,
א געוויין און ביטער באקלאגן,
רחל באוויינט אירע קינדער;
און וויל נישט געטרייסט ווערן,
ווייל זיי זענען מער נישט פאראן.
(ירמיהו לא, טו.)
19ווען אבער הורדוס איז שוין געווען טויט, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך אין א חלום צו יוספן אין מצרים, 20און זאגט: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און גיי קיין ארץ ישראל; מחמת עס זענען שוין געשטארבן די, וואס האבן געזוכט דאס לעבן פון דעם קינד. 21און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער, און איז געקומען קיין ארץ ישראל. 22נאר הערנדיק, אז ארכעלאוס קעניגט איבער יהודה אויפן ארט פון זיין פאטער הורדוס, האט ער זיך געפארכטן דארט אהינצוגיין; און נאך דעם ווי ער איז געווארנט געווארן אין א חלום, איז ער אוועק אין די מקומות פון גליל, 23און איז געקומען און האט געוואוינט אין א שטאט, וואס מען רופט זי נצרת, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך די נביאים, אז ער וועט גערופן ווערן נצר. (ישעיהו יא, א.)

Արդեն Ընտրված.

מתתיהו 2: OYBC

Ընդգծել

Կիսվել

Պատճենել

None

Ցանկանու՞մ եք պահպանել ձեր նշումները ձեր բոլոր սարքերում: Գրանցվեք կամ մուտք գործեք