מתתיהו 23
23
קאפיטל דריי און צוואנציק
1דעמאלט האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן און צו זיינע תלמידים, 2אזוי צו זאגן: די סופרים און די פרושים האבן זיך אנידערגעזעצט אויף משהס שטול. 3דעריבער אלץ, וואס זיי וועלן אייך זאגן, זאלט איר טאן און אפהיטן; טוט אבער נישט לויט זייערע מעשים; מחמת זיי זאגן, און טאן נישט. 4זיי בינדן שווערע לאסטן און לייגן זיי אויף מענטשנס שולטערן; אליין אבער ווילן זיי די דאזיקע אפילו מיט דעם פינגער נישט אנרירן. 5און אלע זייערע מעשים טאן זיי, כדי פון לייטן געזען צו ווערן, מחמת זיי מאכן ברייט זייערע תפילין, און לאנג די ציצית, 6און האבן ליב דאס ארט אויבנאן אויף סעודות, און די ערשטע ערטער אין שול, 7און דאס שלום אפגעבן אויף די מערקפלעצער, און פון לייטן גערופן צו ווערן רבי! 8איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער. 9און רופט נישט קיינעם אויף דער ערד אייער פאטער; מחמת איינער איז אייער פאטער, וואס איז אין הימל. 10איר זאלט זיך אויך נישט רופן מדריכים; ווייל איינער איז אייער מדריך, דער משיח. 11דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין אייער משרת. 12און ווער עס וועט זיך אליין דערהייבן, דער וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן, דער וועט דערהייבט ווערן. 13וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין. 14(וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר שלינגט איין די הייזער פון די אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאוונט איר לאנג. דערפאר וועט איר באקומען א הארבער משפט.)
15וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארט ארום איבער ים און יבשה, כדי צו מאכן א גר; און ווען ער ווערט עס שוין, מאכט איר אים פאר א בן גיהנום טאפלט מער ווי איר זענט אליין. 16וויי איז צו אייך, בלינדע מנהיגים, וואס זאגן: ווער עס שווערט ביים היכל, איז עס גארנישט; אבער ווער עס שווערט ביים גאלד פון היכל, דער איז חייב. 17איר נאראנים און בלינדע; מחמת וואס איז גרעסער, דאס גאלד אדער דער היכל, וואס הייליקט דאס גאלד? 18און: ווער עס שווערט ביים מזבח, דאס איז גארנישט; ווער אבער עס שווערט ביים קרבן, וואס ליגט דערויף, דער איז חייב. 19איר בלינדע! מחמת וואס איז גרעסער, דאס קרבן אדער דער מזבח, וואס הייליקט דאס קרבן? 20דעריבער ווער עס שווערט ביים מזבח, דער שווערט ביי אים און ביי אלעם, וואס איז אויף אים. 21און ווער עס שווערט ביים היכל, דער שווערט ביי אים, און ביי דעם, וואס וואוינט דרינען. 22און ווער עס שווערט ביים הימל, דער שווערט ביי ה׳ס כסא הכבוד און ביי דעם, וואס זיצט דערויף.
23וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר גיט אפ מעשר פון דער מיענטע און דעם דיל און דעם קימל, און פארנאכלעסיקט די שווערערע זאכן פון דער תורה: דאס משפט און דעם חסד און די אמונה! די דאזיקע זאכן האט איר געדארפט טאן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן. 24איר בלינדע פירער, וואס זייען דורך די מוק, און שלינגען אראפ דאס קעמל.
25וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר מאכט ריין דאס אויסנווייניקסטע פון דעם בעכער און דער שיסל, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט גזלה און נישט איינגעהאלטנקייט. 26דו בלינדער פרוש, רייניק קודם כל דאס אינעווייניקסטע פון דעם בעכער, כדי אויך דאס אויסנווייניקסטע זאל ווערן ריין.
27וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר זענט גלייך צו געקאלעכטע קברים, וואס פון אויסנווייניק זען זיי אויס שיין, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט ביינער פון מתים, און יעדער אומריינקייט. 28אָט אזוי ווייזט איר זיך ארויס פון דרויסן ווי צדיקים פאר די מענטשן, פון אינעווייניק אבער זענט איר פול מיט צביעות און רשעות.
29וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר בויט אויף די קברים פון די נביאים, און באצירט די מצבות פון די צדיקים, 30און זאגט: אויב מיר וואלטן געלעבט אין די טעג פון אונדזערע עלטערן, וואלטן מיר זיך נישט באטייליקט מיט זיי אין דעם בלוט פון די נביאים. 31אזוי זענט איר עדות צו זיך אליין, אז איר זענט קינדער פון די נביאים מערדער. 32און איר מאכט פול די מאס פון אייערע עלטערן! 33איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום? 34דערפאר, זע, איך שיק צו אייך נביאים און חכמים, און סופרים; א טייל פון זיי וועט איר טייטן און לאזן אויפהענגען אויף דער בוים; און א טייל פון זיי וועט איר שלאגן מיט ריטער אין אייערע שולן, און פארפאלגן פון שטאט צו שטאט; 35כדי עס זאל קומען אויף אייך דאס גאנצע רעכטפארטיקע בלוט, וואס איז פארגאסן געווארן אויף דער ערד, פון דעם בלוט פון הבל דעם צדיק ביז צום בלוט פון זכריה בן ברכיה, וועמען איר האט געהרגעט צווישן דעם היכל און דעם מזבח. 36באמת זאג איך אייך, דאס אלץ וועט קומען אויף דעם דאזיקן דור.
37ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט. 38זע, אייער הויז וועט אייך איבערגעלאזט ווערן פארוויסט. 39מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן:
ברוך הבא בשם ה׳!
Currently Selected:
מתתיהו 23: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.