YouVersion Logo
Search Icon

מתתיהו 22

22
קאפיטל צוויי און צוואנציק
1און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק ווידער צו זיי גערעדט אין משלים, אזוי צו זאגן: 2דאס מלכות השמים איז געגליכן צו א מענטשלעכן קעניג, וואס האט געמאכט א חתונהמאלצייט פאר זיין זון, 3און געשיקט זיינע קנעכט רופן די פארבעטענע צו דער חתונה; און זיי האבן נישט געוואלט קומען. 4האט ער נאכאמאל געשיקט אנדערע קנעכט, אזוי צו זאגן: זאגט די פארבעטענע: זע, איך האב צוגעגרייט מיין סעודה; מיינע אקסן און געשטאפטע קעלבער זענען שוין געשאכטן, און אלץ איז פארטיק; קומט אויף דער חתונה! 5זיי אבער האבן זיך דערפון גארנישט געמאכט, נאר זענען געגאנגען, איינער אין זיין פעלד אריין, און אן אנדערער צו זיין מסחר; 6און די איבריקע האבן געכאפט זיינע קנעכט, זיי מיאוס באהאנדלט און געטייט. 7און דער קעניג איז צארנדיק געווארן; און האט געשיקט זיינע חיילות, און אומגעברענגט יענע רוצחים, און זייער שטאט פארברענט. 8דאן זאגט ער צו זיינע קנעכט: די חתונה איז גרייט, די פארבעטענע אבער זענען עס נישט ווערט געווען. 9גייט זשע אהין אויף די גאסן, וואו די וועגן שיידן זיך, און וויפל איר וועט געפינען, זאלט איר פארבעטן אויף דער חתונה. 10און יענע קנעכט זענען ארויסגעגאנגען אויף די גאסן, און האבן איינגעזאמלט אלע, וועמען זיי האבן געפונען, סיי שלעכטע סיי גוטע, און דער חתונה זאל איז פול געווארן מיט געסט. 11נאר ווען דער קעניג איז אריינגעקומען געזען די געסט, האט ער דערזען דארטן א מענטשן, וואס איז נישט געווען אנגעטאן אין א חתונה מלבוש; 12און ער זאגט צו אים: פריינד, וויאזוי ביסטו אריינגעקומען אהער, נישט האבנדיק קיין חתונה מלבוש? און ער איז געבליבן שטום. 13דעמאלט האט דער קעניג געזאגט צו די באדינער: בינדט אים הענט און פיס, און ווארפט אים ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש! דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. 14מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.
15דעמאלט זענען די פרושים געגאנגען, און האבן זיך געהאלטן אן עצה, ווי אזוי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט. 16און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן. 17זאג זשע אונדז, וואס מיינסטו: מעג מען געבן דעם קיסר מס, אדער נישט? 18יהושע/ישוע האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס? 19ווייזט מיר די מטבע פון מס! און זיי האבן אים געברענגט א דינר. 20און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס בילד און די אויפשריפט? 21זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳! 22און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געוואונדערט, האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
23אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט, 24אזוי צו זאגן: רבי, משה האט געזאגט: ווען עמיצער וועט שטארבן, נישט האבנדיק קיין קינדער, זאל זיין ברודער מיבם‑זיין זיין ווייב, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. 25און ביי אונדז זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט חתונה געהאט און איז געשטארבן, און ווייל ער האט נישט געהאט קיין זאמען, האט ער איבערגעלאזט זיין ווייב צו זיין ברודער. 26דעסגלייכן אויך דער אנדערער און דער דריטער, ביז צום זיבעטן. 27צולעצט, נאך אלע, איז די פרוי געשטארבן. 28דעריבער, ביי תחית המתים, וועמעס ווייב פון די זיבן וועט זי זיין? מחמת אלע האבן זי דאך געהאט. 29יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳. 30מחמת ביי תחית המתים נישט מען האט חתונה, נישט מען מאכט חתונה, נאר מען איז ווי מלאכים אין הימל. 31און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן: 32איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע. 33און ווי די המונים מענטשן האבן דאס געהערט, האבן זיי געשטוינט איבער זיין תורה.
34און ווען די פרושים האבן געהערט, אז ער האט די צדוקים פארשטאפט דאס מויל, האבן זיי זיך פארזאמלט; 35און איינער פון זיי, א תלמיד חכם, האט אים אויסגעפרואווט און געפרעגט: 36רבי, וועלכע מצווה איז די גרעסטע אין דער תורה? 37און ער האט צו אים געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט פון דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. (דברים ו, ה.) 38דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה. 39אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.) 40אויף די דאזיקע צוויי מצוות הענגט די גאנצע תורה, און די נביאים.
41און בשעת די פרושים האבן זיך פארזאמלט, האט יהושע/ישוע זיי געשטעלט א קשיא, 42אזוי צו זאגן: וואס דענקט איר וועגן דעם משיח? וועמעס זון איז ער? זאגן זיי צו אים דודס. 43זאגט ער צו זיי: ווי אזוי זשע רופט אים דוד דורך דעם רוח (הקודש) האר, ווען ער זאגט:
44דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זיץ ביי מיין רעכטער זייט,
ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס?
(תהלים קי, א.)
45און ווען דוד רופט אים האר, ווי אזוי זשע איז ער זיין זון? 46און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט. און עס האט זיך שוין קיינער אויך מער נישט אונטערגעשטעלט פון יענעם טאג אָן אים עפעס צו פרעגן.

Currently Selected:

מתתיהו 22: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in