YouVersion Logo
Search Icon

מתתיהו 21

21
קאפיטל איין און צוואנציק
1און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית‑פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים, 2און געזאגט צו זיי: גייט אריין אין דעם דארף, וואס ליגט אנטקעגנאיבער אייך, און תיכף וועט איר געפינען אן אייזל אנגעבונדן, און א יונג אייזעלע ביי איר, בינדט זיי אויף, און ברענגט זיי צו מיר. 3און אויב עמיצער וועט אייך עפעס זאגן, זאלט איר זאגן: דער האר דארף זיי האבן; און ער וועט זיי גלייך שיקן. 4און דאס דאזיקע איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
5זאגט דער טאכטער פון ציון:
זע, דיין מלך קומט צו דיר,
אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל,
און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל.
(ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)
6און די תלמידים זענען געגאנגען, און האבן געטאן ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן, 7און האבן געברענגט דאס אייזל מיט דעם אייזעלע, און אויף זיי ארויפגעלייגט די מלבושים; און ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף זיי. 8און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער, 9און זיי פאנאנדערגעלייגט אויפן וועג. און די המונים, וואס זענען געגאנגען פארויס פאר אים, און וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן געשריגן, אזוי צו זאגן:
הושענא לבן דוד!
געלויבט זאל זיין דער,
וואס קומט אין דעם נאמען פון דעם האר.
הושענא במרומים!
(תהלים קיח, כה-כו.)
10און ווען ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים, איז די גאנצע שטאט אויפגערודערט געווארן, און געזאגט: ווער איז דאס דער דאזיקער? 11די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.
12און יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט ארויסגעטריבן אלע וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלטבייטער, און די בענק פון די, וואס האבן פארקויפט טויבן; 13און זאגט צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט גערופן ווערן א בית תפילה! (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א הייל פון גזלנים. (ירמיהו ז, יא.) 14און עס זענען געקומען צו אים בלינדע און לאמע אין בית המקדש, און ער האט זיי געהיילט. 15ווי אבער די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזען די וואונדער, וואס ער האט געטאן, און די קינדער שרייען אין בית המקדש און זאגן: הושענא לבן דוד, זענען זיי צארנדיק געווארן, 16און האבן צו אים געזאגט: דו הערסט, וואס זיי זאגן? און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: יא! צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט: אויס דעם מויל פון קינדער און זייגעדיקע האסטו צוגעגרייט לויב? (תהלים ח, ג.) 17און האט זיי פארלאזט, און איז ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט קיין בית‑היני. און דארטן איבערגענעכטיקט.
18און אינדערפרי, אומקערנדיק זיך אין שטאט אריין, איז ער הונגעריק געווארן. 19און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן. 20און ווען די תלמידים האבן עס געזען, האבן זיי זיך געוואונדערט, און געזאגט: ווי איז דער פייגנבוים אזוי פלוצלונג פארטריקנט געווארן! 21יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען. 22און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען.
23און ווען ער איז געקומען אין בית המקדש אריין, זענען די הויפט כהנים און די זקנים פון דעם פאלק צוגעגאנגען צו אים, בשעת ער האט געלערנט, און האבן געזאגט: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? און ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות? 24און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איך וועל אייך אויך פרעגן איין זאך, וואס אויב איר וועט מיר זאגן, וועל איך אייך אויך זאגן מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן. 25יוחננס מקווה—פון וואנען איז געווען? פון הימל אדער פון מענטשן? און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן צו אונדז: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? 26וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא. 27און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט צו יהושען/ישוען: מיר ווייסן נישט! האט ער אויך צו זיי געזאגט, זאג איך אייך אויך נישט, מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן. 28וואס אבער מיינט איר? א מענטש האט געהאט צוויי קינדער; און ער איז צוגעגאנגען צו דעם ערשטן, און געזאגט: מיין קינד, גיי ארבעט היינט אין וויינגארטן. 29און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: אָט בין איך, האר! און איז נישט געגאנגען! 30און ער איז צוגעגאנגען צו דעם צווייטן און האט געזאגט דאס זעלביקע. דער אבער האט געזאגט: איך וויל נישט! 31דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 32מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן.
33הערט אן אנדער משל: עס איז געווען א מענטש, א בעל הבית, וואס האט געפלאנצט א וויינגארטן, און האט אים ארומגערינגלט מיט א צוים, און געגראבן א וויינקעלטער אין אים, און געבויט א טורם, און האט אים פארדינגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן. 34און ווען עס האט זיך דערנענטערט די צייט פון פירות, האט ער געשיקט זיינע קנעכט צו די גערטנער אפצונעמען זיינע פרוכטן. 35און די גערטנער האבן גענומען זיינע קנעכט, און איינעם געשלאגן, און אן אנדערן געטייט, און א דריטן געשטייניקט. 36ער האט ווידער געשיקט אנדערע קנעכט, מער ווי די ערשטע; און זיי האבן מיט זיי געטאן דאס זעלביקע. 37דערנאך האט ער געשיקט צו זיי זיין זון, און האט געזאגט: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון, 38די גערטנער אבער, ווי זיי האבן אים דערזען, האבן געזאגט צווישן זיך: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און צונעמען זיין ירושה. 39און האבן אים גענומען, און ארויסגעווארפן אינדרויסן פון וויינגארטן, און געטייט. 40ווען דעריבער דער האר פון דעם וויינגארטן וועט קומען, וואס זשע וועט ער טאן צו יענע גערטנער? 41זאגן זיי צו אים: ער וועט די רשעים אומברענגען אויף א שרעקלעכן אופן, און דעם וויינגארטן פארדינגען צו אנדערע גערטנער, וואס וועלן אים אפגעבן די פירות אין זייערע זמנים. 42זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים?
דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן,
איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל.
פונם האר (ה׳) איז דאס געשען,
און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן.
(תהלים קיח, כב-כג.)
43דערפאר זאג איך אייך: דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט אוועקגענומען ווערן פון אייך, און געגעבן ווערן צו א פאלק, וואס ברענגט זיינע פירות. 44(און ווער עס פאלט אויף דעם דאזיקן שטיין, דער וועט צעשמעטערט ווערן; אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן.) 45און ווען די הויפט כהנים און די פרושים האבן געהערט זיינע משלים, האבן זיי פארשטאנען, אז ער רעדט וועגן זיי. 46און האבן געזוכט אים צו כאפן, און האבן זיך געפארכטן פאר די המונים מענטשן, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.

Currently Selected:

מתתיהו 21: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in