YouVersion Logo
Search Icon

די שליחים געשיכטע 5

5
קאפיטל פינף
1א געוויסער מאן אבער מיטן נאמען חנניה, מיט שפירה זיין ווייב, האט פארקויפט א פארמעגן, 2און אראפגענומען פון דעם פרייז, מיטן וויסן פון זיין ווייב, און א חלק געברענגט און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים. 3פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד? 4צי איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס, ווען דו האסט עס געהאט? און נאכן פארקויפן, צי איז עס דען נישט געווען אין דיין רשות? פארוואס האסטו באשלאסן אין דיין הארצן די דאזיקע זאך? דו האסט נישט געלייקנט פאר מענטשן, נאר פאר ה׳. 5און ווען חנניה האט געהערט די דאזיקע ווערטער, איז ער אנידערגעפאלן און אויסגעגאנגען; און א גרויסע מורא איז געקומען איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט. 6און די יונגעלייט זענען אויפגעשטאנען, האבן אים אנגעטאן תכריכים, און אים ארויסגעטראגן און קובר געווען.
7און נאך א פארלויף פון אן ערך דריי שעה איז זיין ווייב אריינגעקומען, נישט וויסנדיק וואס עס איז געשען. 8און פעטרוס האט צו איר געזאגט: זאג מיר, צי האט איר פאר כך‑וכך פארקויפט דאס פעלד? און זי האט געזאגט: יא, פאר כך‑וכך. 9האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן. 10און זי איז גלייך אנידערגעפאלן צו זיינע פיס און אויסגעגאנגען; און די יונגעלייט זענען אריינגעקומען און האבן זי געפונען א טויטע, און, ארויסטראגנדיק, האבן זיי זי קובר געווען ביי איר מאן. 11און עס איז געקומען א גרויסע מורא איבער דער גאנצער קהילה און איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט.
12און דורך די הענט פון די שליחים זענען געשען א סך אותות און מופתים צווישן דעם פאלק; און אלע זענען געווען צוזאמען אין דעם אולם של שלמה. 13פון די איבריקע אבער האט קיינער זיך נישט אונטערגעשטעלט צו באהעפטן צו זיי, נאר דאס פאלק האט זיי געהאלטן זייער טייער; 14און די מאמינים אינם האר האבן זיך פיל פארמערט, מאסן מענער און אויך פרויען; 15אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי. 16און א המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען אין ירושלים פון די שטעט ארום, ברענגענדיק צו טראגן שלאפע און געפלאגטע פון אומריינע גייסטער, וועלכע זענען אלע געהיילט געווארן.
17און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה, 18און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף די שליחים, און זיי איינגעזעצט אין דער שטאטישער תפיסה. 19און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט: 20גייט, שטעלט זיך און רעדט אין בית המקדש צום פאלק אלע רייד פון דעם דאזיקן לעבן. 21און ווען זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי אינדערפרי אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין און האבן געלערנט. אבער דער כהן גדול איז געקומען און די, וואס זענען געווען מיט אים, און האבן צונויפגערופן דאס סנהדרין און אלע זקנים פון די בני ישראל, און געשיקט צו דער תפיסה, מען זאל זיי ברענגען. 22און די משרתים זענען אהינגעגאנגען און האבן זיי נישט געפונען אין תפיסה, און האבן זיך אומגעקערט און דערציילט, אזוי צו זאגן: 23מיר האבן געפונען דאס געפענקעניש פעסט פארשלאסן און די שומרים שטיין ביי די טירן; אבער אויפעפנענדיק, האבן מיר אינעווייניק קיינעם נישט געפונען. 24און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן. 25דאן איז עמיצער געקומען און זיי דערציילט: זע, די מענער, וועמען איר האט איינגעזעצט אין תפיסה, זענען אינם בית המקדש, און שטייען און לערנען דאס פאלק. 26דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן. 27און האבן זיי געברענגט און אוועקגעשטעלט פארן סנהדרין. און דער כהן גדול האט זיי געפרעגט, 28אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן? 29און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן. 30דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, וועמען איר האט גענומען און אויפגעהאנגען אויף א בוים. 31אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים. 32און מיר זענען עדות פון די דאזיקע ווערטער, און דער רוח הקודש, וועלכן ה׳ האט געגעבן צו די, וואס געהארכן אים.
33און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געוואלט זיי טייטן. 34נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע. 35דאן האט ער געזאגט צו זיי: מענער פון ישראל, זייט פארזיכטיק וואס שייך די דאזיקע מענטשן, וואס איר גייט טאן. 36ווארום פאר די דאזיקע טעג איז אויפגעשטאנען תודס, זאגנדיק, אז ער איז עפעס; צו וועמען עס האבן זיך באהאפטן אין צאל אן ערך פיר הונדערט מענטשן; ער איז געהרגעט געווארן; און אלע, וואס האבן אים געפאלגט, זענען צעשפרייט און צונישט געווארן. 37נאך דעם איז אויפגעשטאנען יהודה הגלילי, אין די טעג פון דער רעגיסטרירונג, און האט פארפירט נאך זיך אן אנגעזעענעם טייל פונם פאלק; אויך ער איז פארלוירן געווארן, און אלע, וואס האבן אים געהארכט, זענען צעשפרייט געווארן. 38און איצט זאג איך אייך: האלט זיך צוריק פון די דאזיקע מענטשן, און לאזט זיי אפ: ווייל אויב די דאזיקע עצה אדער די דאזיקע זאך איז פון מענטשן, וועט זי צעשטערט ווערן. 39נאר אויב זי איז פון ה׳, וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאמער וועט איר געפונען ווערן ראנגלענדיק אויך קעגן ה׳. און זיי האבן אים געהארכט; 40און רופנדיק די שליחים און שלאגנדיק זיי מלקות, האבן זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט רעדן אין ישועס נאמען, און האבן זיי אפגעלאזט. 41און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען. 42און יעדן טאג, סאי אין בית המקדש סאי פון הויז צו הויז, האבן זיי נישט אויפגעהערט צו לערנען און אנצוזאגן די בשורה פון דעם משיח יהושע/ישוע.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in