פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד? צי איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס, ווען דו האסט עס געהאט? און נאכן פארקויפן, צי איז עס דען נישט געווען אין דיין רשות? פארוואס האסטו באשלאסן אין דיין הארצן די דאזיקע זאך? דו האסט נישט געלייקנט פאר מענטשן, נאר פאר ה׳. און ווען חנניה האט געהערט די דאזיקע ווערטער, איז ער אנידערגעפאלן און אויסגעגאנגען; און א גרויסע מורא איז געקומען איבער אלע, וואס האבן דאס געהערט.