ברֵאשִית ט

ט
1און אלֹקים האָט געבענטשט נֹחן און זײַנע זין, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד. 2און אײַער מורא און אײַער שרעק זאָל זײַן אױף יעטװעדער חיה פֿון דער ערד, און אױף יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל, אױף אַלץ װאָס די ערד װידמענט, און אױף אַלע פֿישן פֿון ים; אין אײַער האַנט זײַנען זײ איבערגעגעבן. 3אַלץ װאָס באַװעגט זיך, װאָס לעבט, זאָל זײַן פֿאַר אײַך צום עסן; אַזױ װי גרינע קרײַטעכץ האָב איך אײַך דאָס אַלץ געגעבן. 4נאָר פֿלײש מיט זײַן לעבן, זײַן בלוט, זאָלט איר נישט עסן. 5און פֿאַר װאָר, אײַער בלוט, פֿון אײַערע נפֿשות, װעל איך אױפֿמאָנען; פֿון דער האַנט פֿון איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן, פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן זײַן ברודער, װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן.
6דער װאָס פֿאַרגיסט דאָס בלוט פֿון אַ מענטשן,
זאָל דורך אַ מענטשן זײַן בלוט פֿאַרגאָסן װערן;
װאָרום אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים
האָט ער געמאַכט דעם מענטשן.
7און איר, פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך; װידמענט אײַך אױף דער ערד, און מערט אײַך אױף איר.
8און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן און צו זײַנע זין מיט אים, אַזױ צו זאָגן: 9און איך, זע, איך באַשטעטיקן מײַן בְּרִית מיט אײַך, און מיט אײַער זאָמען נאָך אײַך, 10און מיט יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט אײַך, פֿון די אַלע װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, אַלע לעבעדיקע זאַכן פֿון דער ערד. 11און איך װעל באַשטעטיקן מײַן בְּרִית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן {יִכָּרֵת}#דָניאֵל 9‏.26 װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד. 12און אלֹקים האָט געזאָגט: דאָס איז דער צײכן#9‏.12 זען אַן אַנדער צײכן. דאָס מבול איז אױך אַ פאָרשאַדאָו פֿון דער מקװה צײכן, װאָס דערלײזט אײך איצט, נישט דאָס אָפּטאָן פֿון קערפּערלעך אומרײנקײט, נאָר דער משכּון סימן אױף אַ גוט געװיסן לגבי ה׳, דורך דעם אױפֿשטײן (פֿון די טױטע) פֿון רבי מלך המשיחןתְּהִלִּים 16‏.10‏; וַיִּקְרָא 14‏.9 פֿון דעם בְּרִית#9‏.12 זען אַן אַנדער בְּרִית יִרְמְיָה 31‏.30‏-33 װאָס איך מאַך צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, אױף אײביקע דורות: 13מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון בְּרִית צװישן מיר און צװישן דער ערד. 14און עס װעט זײַן, װען איך טו װאָלקענען אַ װאָלקן אױף דער ערד, אַזױ װעט זיך באַװײַזן דער בױגן אין דעם װאָלקן, 15און איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן בְּרִית װאָס צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער, און דאָס װאַסער װעט מער נישט װערן אַ מבול אומצוברענגען אַלע לײַבער. 16און דער בױגן װעט זײַן אין דעם װאָלקן, און איך װעל קוקן אױף אים, כּדי זיך צו דערמאָנען אָן דעם אײביקן בְּרִית צװישן אלֹקים און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד. 17און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם בְּרִית װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און צװישן אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד.
18און די זין פֿון נֹחן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, זײַנען געװען שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און חָם, דאָס איז דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן. 19די דאָזיקע דרײַ זײַנען געװען די זין פֿון נֹחן, און פֿון זײ האָט זיך צעשפּרײט די גאַנצע ערד.
20און נֹח דער אַקערמאַן האָט גענומען און האָט געפֿלאַנצט אַ װײַנגאָרטן. 21און ער האָט געטרונקען פֿון דעם װײַן, און איז געװאָרן שיכּור און האָט זיך אָפּגעדעקט אין זײַן געצעלט. 22האָט חָם דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן געזען די נאַקעטקײט פֿון זײַן פֿאָטער, און האָט דערצײלט זײַנע צװײ ברידער דרױסן. 23האָבן שֵם און יֶפֶֿת גענומען אַ מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײערע בײדנס אַקסלען, און זײ זײַנען געגאַנגען הינטערװײַלעכס, און האָבן צוגעדעקט די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער, מיט זײערע פּנימער אַהינטער, און זײ האָבן נישט געזען די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער. 24און נֹח האָט זיך אױסגעניכטערט פֿון זײַן װײַן, און האָט געמערקט װאָס זײַן ייִנגערער זון האָט אים געטאָן.
25און ער האָט געזאָגט:
פֿאַרשאָלטן#9‏.25 זען הערה שְמוּאֵל ב 18‏.14 זאָל זײַן כּנַעַן,
אַ קנעכט פֿון קנעכט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער.
26און ער האָט געזאָגט:
ברוך ה׳ אלוקי שֵם;
און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ זײ.
27דערברײטערן זאָל אלֹקים יֶפֶֿתן,
און ער זאָל רוען אין די געצעלטן פֿון שֵם;#9‏.27 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד.
און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ זײ.
28און נֹח האָט געלעבט נאָכן מבול דרײַ הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר. 29און אַלע טעג פֿון נֹחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.

高亮显示

分享

复制

None

想要在所有设备上保存你的高亮显示吗? 注册或登录