יוחנן 6
6
קאפיטל זעקס
1נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק אויף דער אנדערער זייט פון דעם ים פון גליל—ים כנרת (טבריה). 2און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, ווייל זיי האבן געזען די נסים, וואס ער האט געטאן מיט די קראנקע. 3און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג, און האט זיך דארט אנידערגעזעצט צוזאמען מיט זיינע תלמידים. 4און עס איז געווען נאענט צום יידישן יום טוב פסח. 5און ווי יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן און געזען, אז א גרויסער המון מענטשן קומט צו אים, זאגט ער צו פיליפוסן: פונוואנען זאלן מיר קויפן ברויט, כדי זיי זאלן האבן צו עסן? 6דאס דאזיקע האט ער געזאגט, אויספרואוונדיק אים; ווארום ער אליין האט געוואוסט, וואס ער וועט טאן. 7פיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל. 8זאגט צו אים איינער פון זיינע תלמידים, אנדריי דער ברודער פון שמעון פעטרוס: 9עס איז דא דא א יינגל, וואס האט פינף גערשטן ברויט און צוויי פישלעך; נאר וואס איז דאס פאר אזויפיל (לייט)? 10האט יהושע/ישוע געזאגט: מאכט די מענטשן זיך אנידערזעצן. און אויף דעם ארט איז געווען א סך גראז. די מענער האבן זיך דעריבער אנידערגעזעצט, אין צאל אן ערך פינף טויזנט. 11דאן האט יהושע/ישוע גענומען די ברויטן, האט געמאכט א ברכה און זיי צעטיילט צו די, וואס האבן זיך אנידערגעזעצט; דעסגלייכן אויך פון די פישלעך, וויפל זיי האבן געוואלט. 12און ווען זיי זענען זאט געווארן, זאגט ער צו זיינע תלמידים: נעמט צונויף די איבערגעבליבענע ברעקלעך, כדי עס זאל גארנישט פארלוירן ווערן. 13אזוי האבן זיי צונויפגעזאמלט און אנגעפילט צוועלף קערב פון די ברעקלעך פון די פינף גערשטנברויטן, וואס זענען איבערגעבליבן צו די, וואס האבן געגעסן. 14ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.
15דעריבער ווי יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, אז זיי ווילן קומען און אים כאפן, כדי אים צו מאכן פאר א קעניג, האט ער זיך ווידער צוריקגעצויגן אויף דעם בארג ארויף איינער אליין.
16און ווען עס איז געווארן אוונט, זענען זיינע תלמידים אראפגעגאנגען צום ים; 17און זענען איינגעשטיגן אין א שיפל און אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט ים קיין כפר‑נחום. און עס איז שוין געווען פינסטער, און יהושע/ישוע איז נאך נישט געהאט געקומען צו זיי. 18און דער ים האט זיך אויפגעהויבן, ווייל עס האט געבלאזן א שטארקער ווינט. 19און ווען זיי האבן געהאט גערודערט אן ערך פינף און צוואנציק אדער דרייסיק סטאדיען, האבן זיי געזען יהושען/ישוען ארומגיין אויפן ים, און זיך דערנענטערן צום שיפל; און זיי האבן מורא געהאט. 20ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך בין עס; האט נישט קיין מורא! 21און זיי האבן געוואלט אים נעמען אין שיפל אריין, און גלייך איז דאס שיפל געקומען צום לאנד, וואואהין זיי זענען געפארן.
22צומארגנס האט דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען אויף יענער זייט ים, געזען, אז עס איז דארט נישט געווען קיין אנדער שיפל אחוץ איינס, און אז יהושע/ישוע איז נישט איינגעשטיגן מיט זיינע תלמידים אין דעם שיפל, נאר זיינע תלמידים אליין זענען אוועקגעפארן; 23עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה. 24ווען דעריבער דער המון מענטשן האט געזען, אז יהושע/ישוע איז דארטן נישטא, נישט די תלמידים זיינע, זענען זיי איינגעשטיגן אין די שיפלעך, און זענען געקומען קיין כפר‑נחום, און האבן געזוכט יהושען/ישוען. 25און געפינענדיק אים אויף דער אנדערער זייט ים, האבן זיי געזאגט צו אים: רבי, ווען ביסטו דא אהערגעקומען? 26האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט און געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: איר זוכט מיך, נישט ווייל איר האט געזען נסים נאר ווייל איר האט געגעסן פון די ברויטן און זענט זאט געווארן. 27ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם. 28האבן זיי געזאגט צו אים: וואס זאלן מיר טאן, כדי מיר זאלן עוסק זיין אין די מעשים פון ה׳? 29האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: דאס דאזיקע איז דאס ווערק פון ה׳, אז איר זאלט גלויבן אין אים, וועמען ער האט געשיקט. 30האבן זיי געזאגט צו אים: וואס פאר א נס טוסטו דען, אז מיר זאלן זען און דיר גלויבן? וואס טוסטו? 31אונדזערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, אזויווי עס שטייט געשריבן: ברויט פונם הימל האט ער זיי געגעבן צו עסן. 32האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל. 33ווארום דאס ברויט פון ה׳ איז ער, וואס קומט אראפ פונם הימל און גיט לעבן צו דער וועלט. 34האבן זיי דעריבער געזאגט צו אים: האר, גיב אונדז תמיד דאס דאזיקע ברויט. 35האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן. 36איך האב אייך אבער געזאגט, אז איר האט מיך געזען און דאך גלויבט איר נישט. 37אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן. 38ווייל איך בין אראפגעקומען פון הימל, נישט כדי איך זאל טאן מיין ווילן, נאר דעם רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט. 39און דאס דאזיקע איז דער רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט, אז פון אלעם, וואס ער האט מיר געגעבן, זאל איך גארנישט פארלירן, נאר איך זאל עס אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. 40ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
41די יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל. 42און זיי האבן געזאגט; צי איז דען דער דאזיקער נישט יהושע/ישוע בן יוסף, וועמעס פאטער און מוטער מיר קענען? וויאזוי זאגט ער דאס איצט: איך בין אראפגעקומען פון הימל? 43האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: מורמלט נישט צווישן זיך. 44קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, ציט אים נישט; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. 45עס שטייט געשריבן אין די נביאים: און אלע וועלן זיין געלערנט פון ה׳. יעדער איינער, וואס האט געהערט פון דעם פאטער און האט געלערנט, קומט צו מיר. 46נישט אז עמיצער האט געזען דעם פאטער, אחוץ דער, וואס איז פון ה׳; דער דאזיקער האט געזען דעם פאטער. 47באמת, באמת זאג איך אייך: דער מאמין האט אייביק לעבן. 48איך בין דאס ברויט פון לעבן. 49אייערע עלטערן האבן געגעסן מן אין דער מדבר, און זענען געשטארבן. 50דאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס קומט אראפ פון הימל, אז ווער עס עסט דערפון, זאל נישט שטארבן. 51איך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט.
52די יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן? 53האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט נישט עסן דאס פלייש פון דעם בר אנש און טרינקען זיין בלוט, האט איר נישט קיין לעבן אין זיך. 54ווער עס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, דער האט אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג. 55ווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק. 56דער, וואס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, בלייבט אין מיר, און איך אין אים. 57ווי דער לעבעדיקער פאטער האט מיך געשיקט, און איך לעב דורך דעם פאטער, אזוי דער, וואס עסט מיך, וועט לעבן דורך מיר. 58דאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; נישט ווי אייערע עלטערן האבן געגעסן, און זענען געשטארבן; ווער עס עסט דאס דאזיקע ברויט, דער וועט לעבן אייביק. 59דאס האט ער געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אין דער שול אין כפר‑נחום.
60און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן? 61וויסנדיק אבער אין זיך אליין, אז זיינע תלמידים האבן געמורמלט וועגן דעם, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע מאכט אייך שטרויכלען? 62און וואס וועט זיין, ווען איר וועט זען דעם בר אנש ארויפגיין, וואו ער איז פריער געווען? 63דער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן. 64נאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן. 65און ער האט געזאגט: דערפאר האב איך אייך געזאגט: קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב עס איז אים נישט באשערט געווארן פון מיין פאטער. 66פון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען. 67יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו די צוועלף: צי ווילט איר אויך אוועקגיין? 68האט שמעון פעטרוס אים געענטפערט: האר, צו וועמען זאלן מיר גיין? דו האסט די ווערטער פון אייביקן לעבן. 69און מיר גלויבן און ווייסן, אז דו ביסט דער קדוש אלקים. 70האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי האב איך דען נישט אייך—די צוועלף—אויסדערוויילט? און איינער פון אייך איז א טייוול. 71און ער האט גערעדט פון יהודה בן שמעון איש‑קריות; ווארום דער דאזיקער האט אים געזאלט פארראטן, איינער פון די צוועלף.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.