יוחנן 21
21
קאפיטל איין און צוואנציק
1נאך דעם האט יהושע/ישוע זיך ווידער באוויזן צו די תלמידים ביים ים פון טבריה; און האט זיך באוויזן אויף אזא אופן: 2עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים. 3זאגט שמעון פעטרוס צו זיי: איך גיי פאנגען פיש! זאגן זיי צו אים: מיר וועלן אויך קומען מיט דיר. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען איינגעשטיגן אינם שיפל; און אין יענער נאכט האבן זיי גארנישט געכאפט. 4און ווען עס איז שוין געווען אינדערפרי, איז יהושע/ישוע געשטאנען ביים ברעג; דאך האבן די תלמידים נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע. 5און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: קינדער, צי האט איר נישט עפעס (פאנגען פיש) צו עסן? האבן זיי אים געענטפערט: ניין! 6ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווארפט אריין די נעץ אויף דער רעכטער זייט פונם שיפל, און איר וועט געפינען. און זיי האבן אריינגעווארפן און האבן זי מער נישט געקענט ארויסציען, צוליב דער מאסע פיש. 7זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין. 8די אנדערע תלמידים אבער זענען געקומען אינם שיפל, ווארום זיי זענען נישט געווען ווייט פון דער יבשה, נאר אן ערך צוויי הונדערט איילן, שלעפנדיק די נעץ מיט פיש. 9און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן אויפן לאנד, זען זיי א פייער פון קוילן אנגעלייגט און א פיש ליגן דערויף און ברויט. 10זאגט יהושע/ישוע צו זיי: ברענגט אהער פון די פיש, וואס איר האט איצט געכאפט. 11איז שמעון פעטרוס איינגעשטיגן און האט ארויסגעצויגן די נעץ אויף דער יבשה, פול מיט גרויסע פיש, הונדערט דריי און פיפציק, און הגם עס איז געווען אזויפיל, האט זיך די נעץ דאך נישט צעריסן. 12זאגט יהושע/ישוע צו זיי: קומט, עסט אנבייסן! און קיינער פון די תלמידים האט זיך נישט אונטערגעשטעלט אים צו פרעגן: ווער ביסטו? ווייל זיי האבן געוואוסט, אז עס איז דער האר. 13קומט יהושע/ישוע און נעמט דאס ברויט און גיט עס זיי, און אויך אזוי דעם פיש. 14דאס דאזיקע איז שוין דאס דריטע מאל ווי יהושע/ישוע האט זיך באוויזן צו די תלמידים, נאך דעם ווי ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע.
15און ווען זיי האבן אפגעגעסן אנבייסן, זאגט יהושע/ישוע צו שמעון פעטרוסן: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב מער ווי די דאזיקע? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע לעמער. 16ווידער צום צווייטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע שאף. 17צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך. 18באמת, באמת זאג איך דיר: ווען דו ביסט געווען יונג, האסטו דיך ארומגעגארטלט און ביסט געגאנגען, וואו דו האסט געוואלט; אבער ווען דו וועסט אלט ווערן, וועסטו אויסשטרעקן דיינע הענט, און אן אנדערער וועט דיך ארומגארטלען און פירן, וואואהין דו וועסט נישט וועלן. 19און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וואס פאר א טויט ער וועט פארהערלעכן ה׳. און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, זאגט ער צו אים: פאלג מיר נאך! 20אויסדרייענדיק זיך, זעט פעטרוס דעם תלמיד נאכפאלגן, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט און וועלכער האט זיך אויך אנגעלענט אויף ישועס ברוסט ביי דער סעודה, און האט געזאגט: האר, ווער איז עס, וואס פארראט דיך? 21און ווען פעטרוס האט אים דערזען, זאגט ער צו יהושען/ישוען: האר, און וואס וועגן דעם דאזיקן? 22זאגט יהושע/ישוע צו אים: אויב איך וויל ער זאל בלייבן, ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן? דו פאלג מיר נאך. 23און דאס דאזיקע ווארט איז ארויסגעגאנגען צווישן די ברידער, אז יענער תלמיד וועט נישט שטארבן; יהושע/ישוע אבער האט נישט געזאגט צו אים, אז ער וועט נישט שטארבן, נאר: אויב איך וויל, אז ער זאל בלייבן ביז איך קום, וואס גייט דאס דיך אָן?
24דאס איז דער תלמיד, וואס זאגט עדות וועגן די דאזיקע זאכן, און האט זיי געשריבן; און מיר ווייסן, אז זיין עדות זאגן איז אמת. 25עס זענען אבער פאראן נאך א סך אנדערע זאכן, וואס יהושע/ישוע האט געטאן, וועלכע, אויב זיי זאלן באשריבן ווערן, איינע נאך דער אנדערער, בין איך מיך משער, אז אין דער וועלט וואלט נישט געווען גענוג ארט פאר די ספרים, וואס וואלטן אנגעשריבן געווארן.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.