מתתיהו 16

16
קאפיטל זעכצן
1און די פרושים און צדוקים זענען געקומען, כדי אים אויסצופרואוון, און האבן פארלאנגט, אז ער זאל זיי ווייזן אן אות מן השמים. 2ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: אין אוונט זאגט איר; עס וועט זיין שיין וועטער, מחמת דער הימל רויטלט זיך? 3און אינדערפרי: היינט וועט זיין שטורמדיק, מחמת דער הימל רויטלט זיך און איז טריב. דאס אויסזען פון הימל פארשטייט איר אונטערצושיידן; נאר די צייכנס פון דער צייט קענט איר נישט! 4א בייז און נואפדיק דור פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן, אחוץ דאס צייכן פון יונה. און ער האט זיי איבערגעלאזט, און איז אוועקגעגאנגען.
5און די תלמידים זענען אריבערגעקומען אויף יענער זייט ים און האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט. 6און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. 7און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט. 8און ווען יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, האט ער געזאגט: אָ איר קליינגלויביקע, וואס רעדט איר צווישן זיך, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? 9פארשטייט איר נאך נישט, און געדענקט איר נישט די (פארברענגען מיט) פינף ברויט פון די פינף טויזנט, און וויפל קערב איר האט אויפגעהויבן? 10אויך נישט די זיבן ברויט פאר די פיר טויזנט, און וויפל גרויסע (רביס שיריים) קערב איר האט אויפגעהויבן? 11ווי קומט עס, וואס איר פארשטייט נישט, אז איך האב נישט גערעדט צו אייך פון ברויט? היט אייך אבער פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים. 12דעמאלט האבן זיי איינגעזען אז ער האט נישט געזאגט, זיי זאלן זיך היטן פארן זויערטייג פון ברויט, נאר פאר דעם פלפול פון די פרושים און צדוקים.
13און ווען יהושע/ישוע איז געקומען אין די געגנטן פון קסריה פון פיליפוס, האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די מענטשן, אז דער בר אנש איז? 14און זיי האבן געזאגט: אייניקע (זאגן) יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער, אליהו; נאך אנדערע ירמיהו, אדער איינער פון די נביאים. 15זאגט ער צו זיי: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? 16האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט! 17און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר‑יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל! 18און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען. 19און דיר וועל איך געבן די שליסלען פון דעם מלכות השמים; און וואס דו וועסט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל; און וואס דו וועסט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל. 20דעמאלט האט ער געבאטן זיינע תלמידים, דאס זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן, אז ער איז דער משיח.
21פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין. 22און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און האט אנגעהויבן צו שרייען אויף אים, אזוי צו זאגן: שוין דיך, האר! דאס דאזיקע זאל דיר נישט געשען! 23ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו פעטרוסן: אוועק פון מיר, שׂטן, דו ביסט א מיכשול פאר מיר; ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס געהערט צו ה׳, נאר דאס, וואס געהערט צו מענטשן! 24דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן! 25מחמת ווער עס וויל מציל זיין זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס פארלירט זיין לעבן צוליב מיר, דער וועט עס געפינען. 26מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן? 27מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים. 28באמת זאג איך אייך, אז אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דעם בר אנש קומען אין זיין מלכות.

Seçili Olanlar:

מתתיהו 16: OYBC

Vurgu

Paylaş

Kopyala

None

Önemli anlarınızın tüm cihazlarınıza kaydedilmesini mi istiyorsunuz? Kayıt olun ya da giriş yapın