ברֵאשִית ח

ח
1און אלֹקים האָט געדאַכט אָן נֹחן, און אָן אַלע חיות, און אָן אַלע בהמות, װאָס מיט אים אין דער תּבֿה, און ה׳ האָט געמאַכט אַריבערגײן אַ װינט אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך אײַנגעשטילט. 2און עס זײַנען פֿאַרשטאָפּט געװאָרן די קװאַלן פֿון תּהום, און די פֿענצטער פֿון הימל; און דער רעגן פֿון הימל איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן. 3און די װאַסערן האָבן געהאַלטן אין אײן אָפּטרעטן פֿון דער ערד; און די װאַסערן זײַנען געמינערט געװאָרן צום סוף פֿון הונדערט און פֿופֿציק טעג. 4און די תּבֿה האָט גערוט אין זיבעטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אױף די בערג פֿון אַרָרָט. 5און די װאַסערן האָבן געהאַלטן אין אײן געמינערט װערן ביזן צענטן חודש; אין צענטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, האָבן זיך באַװיזן די שפּיצן פֿון די בערג.
6און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק טעג, האָט נֹח געעפֿנט דעם פֿענצטער פֿון דער תּבֿה װאָס ער האָט געמאַכט. 7און ער האָט אַרױסגעשיקט דעם ראָב, און ער איז אַרױס הין און צוריק, ביז דאָס װאַסער איז אָפּגעטריקנט געװאָרן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 8האָט ער אַרױסגעשיקט פֿון זיך די טױב, צו זען אױב דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 9אָבער די טױב האָט נישט געפֿונען קײן אָפּרו פֿאַר איר פֿוסטריט, און זי האָט זיך אומגעקערט צו אים אין דער תּבֿה, װײַל װאַסער איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט זי גענומען און זי אַרײַנגעבראַכט צו זיך אין דער תּבֿה. 10און ער האָט אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט װידער אַרױסגעשיקט די טױב פֿון דער תּבֿה. 11און די טױב איז געקומען אין אָװנטצײַט, ערשט אַן אָפּגעריסן אײלבערטבלאַט איז אין איר מױל, און נֹח האָט געװוּסט אַז דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דער ערד. 12האָט ער אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט אַרױסגעשיקט די טױב, און זי האָט זיך מער נישט אומגעקערט צו אים װידער.
13און עס איז געװען אין דעם זעקס הונדערט און ערשטן יאָר, אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז אָפּגעטריקנט געװאָרן דאָס װאַסער פֿון דער ערד, און נֹח האָט אַראָפּגענומען דעם דעק פֿון דער תּבֿה, און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט דאָס געזיכט פֿון דער ערד איז טרוקן. 14און אין צװײטן חודש, אין זיבן און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, איז אױסגעטריקנט געװאָרן די ערד.
15און אלֹקים האָט גערעדט צו נֹחן, אַזױ צו זאָגן: 16גײ אַרױס פֿון דער תּבֿה, דו, און דײַן װײַב, און דײַנע זין, און די װײַבער פֿון דײַנע זין, מיט דיר. 17יעטװעדער לעבעדיקע זאַך װאָס מיט דיר, פֿון אַלע לײַבער, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, ברענג אַרױס מיט זיך, און זײ זאָלן זיך װידמענען אױף דער ערד, און זיך פֿרוכפּערן און מערן אױף דער ערד.
18איז אַרױסגעגאַנגען נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים. 19יעטװעדער חיה, יעטװעדער שרץ, און יעטװעדער פֿױגל, אַלץ װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, לױט זײערע משפּחות, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה. 20און נֹח האָט געבױט אַ מזבח צו ה׳, און ער האָט גענומען פֿון אַלע רײנע בהמות, און פֿון אַלע רײנע פֿױגלען, און האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח. 21און ה׳ האָט געשמעקט דעם געשמאַקן ריח, און ה׳ האָט געזאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל מער װידער נישט פֿאַרשילטן די ערד פֿון װעגן דעם מענטשן; װאָרעם די טראַכטונג פֿון דעם מענטשנס האַרצן איז שלעכט פֿון זײַן יוגנט אָן; און איך װעל מער װידער נישט דערשלאָגן אַלץ װאָס לעבט, אַזױ װי איך האָב געטאָן.
22אַזױ לאַנג װי די טעג פֿון דער ערד,
זאָל זײען און שניט,
און קעלט און היץ,
זומער און װינטער,
און טאָג און נאַכט, נישט אױפֿהערן.

ప్రస్తుతం ఎంపిక చేయబడింది:

ברֵאשִית ח: OYTORAH

హైలైట్

షేర్ చేయి

కాపీ

None

మీ పరికరాలన్నింటి వ్యాప్తంగా మీ హైలైట్స్ సేవ్ చేయబడాలనుకుంటున్నారా? సైన్ అప్ చేయండి లేదా సైన్ ఇన్ చేయండి