Chapa ya Youversion
Ikoni ya Utafutaji

ברֵאשִית ג

ג
1און די שלאַנג איז געװען ליסטיקער פֿון אַלע חיות פֿון פֿעלד װאָס ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט, און זי האָט געזאָגט צו דער פֿרױ: נישט-שױן האָט אלֹקים געזאָגט, איר זאָלט נישט עסן פֿון קײן בױם פֿון גאָרטן? 2האָט די פֿרױ געזאָגט צו דער שלאַנג: פֿון דער פֿרוכט פֿון די בײמער פֿון גאָרטן מעגן מיר עסן, 3נאָר פֿון דער פֿרוכט פֿון דעם בױם װאָס אין מיטן גאָרטן האָט אלֹקים געזאָגט: איר זאָלט דערפֿון נישט עסן, און איר זאָלט זיך דעראָן נישט אָנרירן, אַזיסט װעט איר שטאַרבן. 4האָט די שלאַנג געזאָגט צו דער פֿרױ: שטאַרבן װעט איר נישט שטאַרבן, 5נאָר אלֹקים װײס אַז אין דעם טאָג װאָס איר עסט דערפֿון, װעלן זיך עפֿענען אײַערע אױגן, און איר װעט זײַן אַזױ װי אלֹקים צו װיסן גוטס און שלעכטס. 6האָט די פֿרױ געזען אַז דער בױם איז גוט צום עסן, און אַז ער איז אַן עונֶג פֿאַר די אױגן, און דער בױם איז גלוסטיק כּדי צו װיסן שׂכל, און זי האָט גענומען פֿון זײַן פֿרוכט, און האָט געגעסן; און זי האָט אױך געגעבן איר מאַן מיט איר, און ער האָט געגעסן. 7און זײערע בײדנס אױגן האָבן זיך געעפֿנט, און זײ האָבן געװוּסט אַז זײ זײַנען נאַקעט; האָבן זײ צונױפֿגענײט פֿײַגנבלעטער, און זיך געמאַכט גאַרטלען.#3‏.7 שולד קענען נישט זײַן פֿאַרדעקט; עס קען בלױז זײַן אָפּראַמען דורך אַן אֵל גִּבֹּור משיח. דאָס מײסט אַז מענטשן דאַרפֿן אַ גֹּואֵל: זען ברֵאשִית 3‏.15; דְבָֿרִים 18‏.15‏; יְשַעְיָה 43‏.19; יְשַעְיָה 53‏.10; תְּהִלִּים 40‏.7‏-11; יְשַעְיָה 9‏.5‏; תְּהִלִּים 49‏.8; רוּת 4‏.10; דָניאֵל 7‏.11; יְשַעְיָה 59‏.20 זען ברֵאשִית 1‏.1‏-3; תְּהִלִּים 33‏.6; יְשַעְיָה 63‏.10; יְשַעְיָה 48‏.16. הער, יִשׂרָאֵל: ה׳ אלוקינו, ה׳ איז אחד. װי בשׂר אחד ברֵאשִית 2‏.24 מיט צװײ קעפּ אין אײנעם אין מונוגמיה, װי ה׳ אחד דְבָֿרִים 6‏.4 מיט דרײַ קעפּ אין אײנעם אין מונותיאיזם: הער, יִשׂרָאֵל: ה׳ אלוקינו, ה׳ איז אחד. האי עתיקא אשתכח בתלת רישין וכלילן בחד רישא. והוא רישא עלאה לעילא לעילא. דער אתיקא איז פֿאַראַן אין שלשה ראשים, װאָס זענען מאוחדן אין אחד, און דער ראש הזה איז דרײפליג דערהױבן, אמסטערדאם אױסגאַבע זוהר 3, 288b
8און זײ האָבן געהערט דעם קֹול פֿון ה׳ אלֹקים, װי ער גײט אַרום אין גאָרטן אין דער קילקײט פֿון טאָג;#שְמוֹת 33‏.15 און דער מענטש און זײַן װײַב האָבן זיך באַהאַלטן#יְשַעְיָה 53‏.3 פֿאַר ה׳ אלֹקים צװישן די בײמער פֿון גאָרטן. 9האָט ה׳ אלֹקים גערופֿן צו דעם מענטשן, און האָט צו אים געזאָגט: װוּ ביסטו? 10האָט ער געענטפֿערט: איך האָב געהערט דײַן קֹול אין גאָרטן, און איך האָב מורא געהאַט, װײַל איך בין נאַקעט, האָב איך מיך באַהאַלטן. 11האָט ער געזאָגט: װער האָט דיר געזאָגט אַז דו ביסט נאַקעט? האָסטו געגעסן פֿון דעם בױם װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט נישט צו עסן פֿון אים? 12האָט דער מענטש געזאָגט: די װײַב װאָס דו האָסט מיר געגעבן, זי האָט מיר געגעבן פֿון דעם בױם, און איך האָב געגעסן.
13האָט ה׳ אלֹקים געזאָגט צו דער פֿרױ: װאָס האָסטו דאָ געטאָן? האָט די פֿרױ געזאָגט: די שלאַנג האָט מיך אָנגערעדט, און איך האָב געגעסן.
14האָט ה׳ אלֹקים געזאָגט צו דער שלאַנג:
װײַל דו האָסט דאָס געטאָן,
זאָלסטו זײַן פֿאַרשאָלט פֿון צװישן אַלע בהמות,
און פֿון צװישן אַלע חיות פֿון פֿעלד;
אױף דײַן בױך זאָלסטו גײן,
און שטױב זאָלסטו עסן
אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
15און אַ פֿײַנטשאַפֿט װעל איך מאַכן צװישן דיר און צװישן דער פֿרױ,#יְשַעְיָה 7‏.14; יִרְמְיָה 31‏.21; מִיכָה 5‏.2
און צװישן דײַן זאָמען#3‏.15 יעדער מענטש איז זונדיק, פֿון חטא קדמון. עס איז אַצונד צװישן מענטש און מענטשס באַשעפֿער אַ גרױסער תּהום אהן קײן בריק. עס איז זינד פֿון מענטשס טֶבֿע. דאָס הײסט חטא קדמון פאל, אין מענטש. און אַזעלכע אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אױך טאַקע נישט; ‏און די, װאָס זענען אָן די נײַ גײַסט און גאולה, קענען נישט געפֿעלן ה׳. יִרְמְיָה 17‏.9 און צװישן איר זאָמען;#יְשַעְיָה 7‏.14
ער װעט דיך צעשטױסן {שוף}#3‏.15 זען אִיובֿ 9‏.17; יְשַעְיָה 53‏.3; אַ חכם מיט װײטאָגן. אין קאָפּ,#דִבֿרֵי הַיָמִים א 21‏.1; אִיובֿ 1‏.6‏-12‏; 2‏.1‏-7‏; זכַריָה 3‏.1‏-2
און דו#3‏.15 תרגום יונתן זאָגט: וַעֲתִידִין אִינוּן לְמֶעֱבַד שְׁפִיוּתָא בְּעִיקְבָא בְּיוֹמֵי מַלְכָּא מְשִׁיחָא װעסט אים צעשטױסן#יְשַעְיָה 53‏.10 {שוף} אין טריט (עקב, פּיאַטע).#3‏.15 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. פְּסִיקְתָּא רַבָּתִי 6.3 זאָגט: אױף זײַן בקשה, ה׳ געװיזן שׂטן משיח; און אַז ער האָט אים דערזען, האָט ער געציטערט, געפֿאַלן אױף זײַן פּנים און אױסגעשריגן: באמת, דאָס איז דער משיח, װאָס װעט מיך (פֿאַרװוּנדען) װאַרפֿן. זען וַיִּקְרָא 25‏.25. דער קרוב-אױסלײזער איז געװען אַ רײכער בעל־טובה, אָדער מענטש, װעלכער באַפֿרײַט דעם בעל־חוב, דורך צאָלן דעם אױסלײז־פרײז, און ער איז איבער װאָס האָט די מאַכט פֿון טױט, דאָס הײסט דעם שׂטן. אִיובֿ 9‏.17; יְשַעְיָה 53‏.5 װאָרום עס איז דאָס בלוט װאָס איז מכַפּר פֿאַר דעם נפֿש. זען רוּת 2‏.11‏-20; 3‏.12‏; 4‏.4‏-10‏. דער קרוב-אױסלײזער געקױפֿט אַ משיחית כלה כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען אַז דער נאָמען פֿון דעם ניפֿטר זאָל נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײַנע ברידער, מחמת פֿיל פֿון די װאָס שלאָפֿן אין דעם שטױב פֿון דער ערד, װעלן זיך אױפֿכאַפּן, טײל צו אײביקן לעבן (דָניאֵל 12‏.2).
16צו דער פֿרױ האָט ער געזאָגט:
מערן װעל איך מערן דײַן מאַטערניש און דײַן טראָגװײעניש;
מיט יסורים װעסטו געבערן קינדער,
און צו דײַן מאַן װעט זײַן דײַן גלוסטונג,
און ער װעט געװעלטיקן איבער דיר.
17און צו אָדָמען האָט ער געזאָגט:
װײַל דו האָסט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דײַן װײַב,
און געגעסן פֿון דעם בױם
װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן:
זאָלסט פֿון אים נישט עסן;
זאָל די ערד זײַן פֿאַרשאָלטן פֿון דײַנעטװעגן;
מיט מאַטערניש זאָלסטו זיך עסן פֿון איר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
18און דערנער און שטעכיק געװעקס זאָל זי דיר מאַכן שפּראָצן,
און זאָלסט עסן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד.
19מיט דעם שװײס פֿון דײַן פּנים זאָלסטו עסן ברױט,
ביז דו קערסט זיך אום צו דער ערד;
װײַל פֿון איר ביסטו גענומען געװאָרן;
װאָרום שטױב ביסטו,
און צו שטױב זאָסלטו זיך אומקערן.
20און דער מענטש האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן װײַב חַוָה, װײַל זי איז געװען די מוטער פֿון אַלעם לעבעדיקן. 21און ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט פֿאַר אָדָמען און פֿאַר זײַן װײַב כתנות פֿון פֿעל,#3‏.21 עטלעכע זען די טױט פֿון אַ קָרבָּן געליטענער צו צושטעלן פֿעל צו דעקן (כפרה) שענדלעך שולד װי דער אָנהײב פֿון בלוט קָרבָּן. זען וַיִּקְרָא 17‏.11; ברֵאשִית 4‏.4 און האָט זײ באַקלײדט.
22און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: זע, דער מענטש איז געװאָרן װי אײנער פֿון אונדז צו װיסן גוטס און שלעכטס, און אַצונד קען ער נאָך אױסשטרעקן זײַן האַנט, און נעמען אױך פֿון דעם בױם פֿון לעבן {עֵץ חַיִּים}, און ער װעט עסן, און װעט לעבן אײביק.#אִיובֿ 14‏.14‏-15; 19‏.25‏-27; תְּהִלִּים 16‏.9‏-10; 17‏.15; 49‏.15; יְשַעְיָה 25‏.8; 26‏.19; יחֶזקֵאל 37‏.1‏-14; דָניאֵל 12‏.2; 12‏.3; 12‏.13‏; הוֹשֵעַ 13‏.14; 6‏.2; יוֹנָה 1‏.4‏-10; יְשַעְיָה 53‏.5; 53‏.10‏; תְּהִלִּים 23‏.6; 22‏.26‏; ברֵאשִית 2‏.9‏; מִשלֵי 3‏.18; 11‏.30‏; 13‏.12; 15‏.4 23האָט ה׳ אלֹקים אים אַרױסגעשיקט פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן, צו באַאַרבעטן די ערד, װאָס ער איז פֿון דאָרטן גענומען געװאָרן. 24און ער האָט אַרױסגעטריבן דעם מענטשן; און ער האָט אַרײַנגעזעצט אין מזרח פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן די כּרובֿים, און די פֿלאַמיקע שװערד װאָס דרײט זיך, צו היטן דעם װעג {דֶּרֶךְ}#יִרְמְיָה 21‏.8 צום בױם פֿון לעבן {עֵץ חַיִּים}.#קהלת 3‏.11

Iliyochaguliwa sasa

ברֵאשִית ג: OYT2023

Kuonyesha

Shirikisha

Nakili

None

Je, ungependa vivutio vyako vihifadhiwe kwenye vifaa vyako vyote? Jisajili au ingia