Logoja YouVersion
Ikona e kërkimit

מארקוס 9

9
קאפיטל ניין
1און ער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, עס זענען פאראן אייניקע, וואס שטייען דא, וועלכע וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳ געקומען מיט מאכט.
2און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן, און פירט זיי ארויף אויף א הויכן בארג איינע אליין; און ער האט זיך פארענדערט פאר זיי; 3און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק, זייער ווייס, ווי קיין וואלקער אויף דער ערד קען נישט אזוי ווייס מאכן. 4און אליהו (הנביא) האט זיך צו זיי באוויזן צוזאמען מיט משה (רבינו), און זיי האבן גערעדט מיט יהושען/ישוען. 5און ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו יהושען/ישוען: רבי, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי געצעלטן: פאר דיר איינס, און פאר משהן איינס, און פאר אליהו איינס; 6ווארום ער האט נישט געוואוסט, וואס ער זאל ענטפערן; ווארום זיי האבן זיך זייער געפארכטן. 7און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן! 8און פלוצלונג, ארומקוקנדיק זיך, האבן זיי מער קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין מיט זיי.
9און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע. 10און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע. 11און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: די סופרים זאגן, אז אליהו מוז קומען צום ערשט. (מלאכי ד, ה-ו.) 12און ער האט צו זיי געזאגט: אליהו קומט טאקע צום ערשט, און שטעלט אלץ צוריק; און וויאזוי שטייט געשריבן וועגן דעם בר אנש אז ער וועט א סך ליידן און צונישט געמאכט ווערן? (ישעיהו נג, ג.) 13איך זאג אייך אבער, אז אליהו איז אויך שוין געקומען, און זיי האבן מיט אים געטאן, וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים.
14און קומענדיק צו די תלמידים, האבן זיי געזען א גרויסן המון מענטשן ארום זיי, און סופרים האלטן מיט זיי א וויכוח. 15און גלייך ווי דער המון מענטשן האבן אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן, און זענען אים אקייגנגעלאפן און אים אפגעגעבן שלום. 16און ער האט זיי געפרעגט: איבער וואס האלט איר מיט זיי א וויכוח? 17און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט; 18און וואו נאר ער כאפט אים אָן, רייסט ער אים, און ער שוימט פארן מויל, און קריצט מיט די ציין, און ווערט פארדארט; און איך האב שוין געזאגט דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן; און זיי האבן נישט געקענט. 19ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר! 20און זיי האבן אים געברענגט צו אים; און ווי ער האט אים דערזען, האט דער גייסט אים גלייך א ריס געטאן; און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, האט זיך געוואלגערט, שוימענדיק פארן מויל, 21און ער האט געפרעגט זיין פאטער: ווילאנג איז שוין זינט דאס דאזיקע איז געשען צו אים? און ער האט געזאגט: פון קינדווייז אָן; 22און אפטמאל האט ער אים געווארפן אין פייער אריין און אין וואסער אריין, כדי ער זאל אים אומברענגען; נאר אויב דו ביסט עפעס בכוח, העלף אונדז, און דערבארם דיך אויף אונדז! 23יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט. 24גלייך האט דער פאטער פון דעם יינגל א געשריי געטאן, און געזאגט: איך גלויב; העלף מיין אומגלויבן! 25און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים! 26און ער האט א געשריי געטאן, און האט אים זייער פיל געריסן, און איז ארויסגעגאנגען; און ער איז געווארן ווי טויט, אז א רבים האבן געזאגט, אז ער איז געשטארבן! 27יהושע/ישוע אבער האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אים אויפגעהויבן; און ער האט זיך אויפגעשטעלט. 28און ווען ער איז אריינגעגאנגען אינם הויז, האבן זיינע תלמידים, גאנץ אליין, אים געפרעגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען בכוח אים ארויסצוטרייבן? 29און ער האט צו זיי געזאגט: דער דאזיקער מין (בייזע גייסטער) קען בשום אופן נישט ארויסגיין, אחוץ דורך תפילה און תעניתים.
30און זיי זענען פון דארטן אוועק, און זענען געגאנגען דורך גליל; און ער האט נישט געוואלט, אז עמיצער זאל עס וויסן. 31ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין. 32זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן. 33און די זענען געקומען קיין כפר‑נחום; און זייענדיק אינם הויז, האט ער זיי געפרעגט: וועגן וואס האט איר זיך מתווכח געווען אויפן וועג? 34זיי אבער האבן געשוויגן; ווייל אונטערוועגנס האבן זיי געהאלטן א וויכוח איינער מיטן אנדערן, ווער עס איז דער גרעסטער. 35און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און האט גערופן די צוועלף; און זאגט צו זיי: אויב איינער וויל זיין דער ערשטער, זאל ער זיין דער לעצטער פון אלע, און אלעמענס משרת. 36און האט גענומען א קינד, און עס אנידערגעשטעלט אין זייער מיט; און ער האט עס גענומען אויף זיינע ארעמס, און צו זיי געזאגט: 37ווער עס וועט אויפנעמען איינס פון אזעלכע קינדער אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט נישט אויף מיך, נאר דעם, וואס האט מיך געשיקט.
38יוחנן האט צו אים געזאגט; רבי, מיר האבן געזען איינעם ארויסטרייבן בייזע גייסטער אין דיין נאמען; און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט אונדז נישט נאך. 39יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: איר זאלט אים נישט פארווערן! ווייל עס איז נישט פאראן קיין מענטש, וועלכער וועט טאן א וואונדער אין מיין נאמען, און וואס וועט גיך קענען רעדן שלעכטס אויף מיר. 40ווארום ווער עס איז נישט קעגן אונדז, דער איז פאר אונדז. 41ווארום ווער עס וועט אייך געבן צו טרינקען א טעפעלע וואסער, פון מיינעטוועגן, ווייל איר געהערט צום משיח, באמת זאג איך אייך, דער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר. 42און ווער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן וואלט עס געווען פיל בעסער פאר אים אויב א גרויסער מילשטיין וואלט געלייגט געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין. 43און אויב דיין האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן אריין א קאליקע, ווי צו האבן דיינע ביידע הענט און צו גיין אין גיהנום אריין—אין דעם פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. (ישעיהו סו, כד.) 45און אויב דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן לאם, ווי צו האבן דיינע ביידע פיס און אריינגעווארפן צו ווערן אין גיהנום, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. 47און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין ה׳ס קעניגרייך מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין גיהנום אריין, 48וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. 49ווארום יעדער איינער מוז געזאלצן ווערן מיט פייער. 50דאס זאלץ איז גוט; אויב אבער דאס זאלץ ווערט אומגעזאלצן, מיט וואס וועט איר עס ווירצן? האט זאלץ אין זיך, און לעבט בשלום איינער מיט דעם אנדערן.

Aktualisht i përzgjedhur:

מארקוס 9: OYBC

Thekso

Ndaje

Copy

None

A doni që theksimet tuaja të jenë të ruajtura në të gjitha pajisjet që keni? Regjistrohu ose hyr