Logoja YouVersion
Ikona e kërkimit

מתתיהו 9

9
קאפיטל ניין
1און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און איז אריבערגעפארן, און געקומען אין זיין אייגענער שטאט אריין. 2און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 3און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט. 4און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער? 5מחמת וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? 6נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—זאגט ער דעמאלט צו דעם פאראליזשירטן—שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! 7און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק אהיים. 8און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.
9און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.
10און עס איז געשען, בשעת ער איז געזעסן אין הויז צום טיש, זע, א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים זענען געקומען און האבן זיך אנידערגעזעצט צוזאמען מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים. 11און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו זיינע תלמידים: פארוואס עסט אייער רבי מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים? 12ווען אבער ער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די געזונטע דארפן נישט האבן קיין רופא, נאר די קראנקע. 13גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
14דעמאלט קומען צו אים יוחננס תלמידים, און זאגן: פארוואס פאסטן מיר און די פרושים אפט מאל, דיינע תלמידים אבער פאסטן נישט? 15און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן. 16און קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; מחמת די לאטע רייסט אפ פון דעם קלייד, און עס ווערט אן ערגערער ריס. 17מען גיסט אויך נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען, טאמער פלאצן די לאגלען, און דער וויין גיסט זיך אויס, און די לאגלען ווערן פארדארבן; נאר מען גיסט אריין נייעם וויין אין נייע לאגלען, און ביידע האלטן זיך.
18בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן. 19און יהושע/ישוע איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט מיט זיינע תלמידים. 20און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש. 21מחמת זי האט צו זיך געזאגט: אויב איך וועל נאר אנרירן זיין מלבוש, וועל איך געהאלפן ווערן. 22און יהושע/ישוע האט זיך אויסגעדרייט און זעענדיק זי, האט ער געזאגט: זיי געטרייסט, מיין טאכטער, דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! און די פרוי איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן. 23און ווען יהושע/ישוע איז אריינגעקומען אין הויז פון דעם שר, און האט געזען די פלייטשפילער, און דאס געטומל פון דעם המון, 24האט ער געזאגט: גייט אוועק! מחמת דאס מיידעלע איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. 25ווען אבער דער עולם איז דערווייטערט געווארן, איז ער אריינגעגאנגען, און האט זי אנגענומען ביי דער האנט; און דאס מיידעלע האט זיך אויפגעהויבן. 26און דער דאזיקער שם האט זיך פארשפרייט איבער יענעם גאנצן לאנד.
27און ווען יהושע/ישוע איז פונדאנען ווייטער געגאנגען, האבן אים נאכגעפאלגט צוויי בלינדע מענטשן, וואס האבן געשריגן און געזאגט: דערבארם דיך אויף אונדז, בן דוד! 28און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, זענען די בלינדע צוגעקומען צו אים. און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: גלויבט איר, אז איך קען טאן דאס דאזיקע? זאגן זיי צו אים: יא, האר! 29האט ער דעמאלט אנגערירט זייערע אויגן, און געזאגט: לויט אייער אמונה, אזוי זאל עס אייך געשען! 30און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון. 31זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.
32און ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען, זע, מען האט געברענגט צו אים א שטומען, באזעסן מיט א בייזן גייסט. 33און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל! 34די פרושים אבער האבן געזאגט: דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער!
35און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט. 36און ווען ער האט געזען די מאסן מענטשן, האט ער אויף זיי גרויס רחמנות געהאט, ווייל זיי זענען געווען פארשמאכט און פארווארלאזט, ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך. 37דעמאלט זאגט ער צו זיינע תלמידים: דער שניט איז גרויס, נאר די ארבעטער זענען ווייניק. 38בעט זשע דעם האר פון דעם שניט, אז ער זאל ארויסשיקן ארבעטער צו זיין שניט!

Aktualisht i përzgjedhur:

מתתיהו 9: OYBC

Thekso

Ndaje

Copy

None

A doni që theksimet tuaja të jenë të ruajtura në të gjitha pajisjet që keni? Regjistrohu ose hyr