מתתיהו 28
28
קאפיטל אכט און צוואנציק
1און נאך מוצאי שבת, ווען עס האט אנגעהויבן טאגן דעם ערשטן טאג פון דער וואך, איז געקומען מרים פון מגדלה און די אנדערע מרים צו זען דאס קבר. 2און זע, עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; מחמת א מלאך פון דעם האר (ה׳) איז אראפגעקומען פון הימל, און איז צוגעגאנגען און האט אוועקגעקייקלט דעם שטיין, און זיך אנידערגעזעצט אויף אים. 3און זיין געשטאלט איז געווען ווי דער בליץ, און זיין קלייד ווייס ווי שניי; 4און פון מורא פאר אים האבן די היטער געציטערט, און זענען געווארן ווי מתים. 5און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן. 6ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן. 7און גייט גיך, און זאגט זיינע תלמידים, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע: און זע, ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארטן וועט איר אים זען. זע, איך האב עס אייך געזאגט. 8און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים. 9און זע, יהושע/ישוע איז זיי אנטקעגנגעקומען, און געזאגט: שלום! און זיי זענען צוגעגאנגען און האבן אים אנגענומען ביי די פיס, און זיך געבוקט צו אים. 10דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.
11און בשעת זיי זענען געגאנגען, זע, אייניקע פון דער וואך זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און דערציילט די הויפט כהנים אלץ, וואס איז געשען. 12און זיי האבן זיך פארזאמלט מיט די זקנים, און נאך דעם ווי זיי האבן זיך געהאלטן אן עצה, האבן זיי געגעבן די זעלנער געלט גענוג, 13און געזאגט: איר זאלט זאגן: זיינע תלמידים זענען געקומען ביינאכט, און האבן אים אוועקגעגנבעט, ווען מיר זענען געשלאפן. 14און אויב דאס דאזיקע וועט קומען צום גובערנאטארס אויערן, וועלן מיר אים איבעררעדן און מאכן, אז איר זאלט נישט האבן קיין זארגן. 15און זיי האבן גענומען דאס געלט, און געטאן ווי זיי זענען געלערנט געווארן. און די דאזיקע רייד האבן זיך פארשפרייט ביי יידן ביז צום היינטיקן טאג.
16די עלף תלמידים אבער זענען געגאנגען קיין גליל צו דעם בארג, וואואהין יהושע/ישוע האט זיי באשטימט. 17און ווען זיי האבן אים געזען, האבן זיי זיך געבוקט; א טייל אבער האבן געצווייפלט. 18און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד. 19גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש, 20און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
Aktualisht i përzgjedhur:
מתתיהו 28: OYBC
Thekso
Ndaje
Copy
A doni që theksimet tuaja të jenë të ruajtura në të gjitha pajisjet që keni? Regjistrohu ose hyr
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.