מתתיהו 12:28-15
מתתיהו 12:28-15 OYBC
און זיי האבן זיך פארזאמלט מיט די זקנים, און נאך דעם ווי זיי האבן זיך געהאלטן אן עצה, האבן זיי געגעבן די זעלנער געלט גענוג, און געזאגט: איר זאלט זאגן: זיינע תלמידים זענען געקומען ביינאכט, און האבן אים אוועקגעגנבעט, ווען מיר זענען געשלאפן. און אויב דאס דאזיקע וועט קומען צום גובערנאטארס אויערן, וועלן מיר אים איבעררעדן און מאכן, אז איר זאלט נישט האבן קיין זארגן. און זיי האבן גענומען דאס געלט, און געטאן ווי זיי זענען געלערנט געווארן. און די דאזיקע רייד האבן זיך פארשפרייט ביי יידן ביז צום היינטיקן טאג.