Logotip YouVersion
Search Icon

מתתיהו 5

5
קאפיטל פינף
1און זעענדיק די המונים מענטשן, איז ער ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג; און ווען ער האט זיך אנידערגעזעצט זענען זיינע תלמידים געקומען צו אים. 2און ער האט אויפגעעפנט זיין מויל און זיי געלערנט, זאגנדיק:
3וואויל איז די ארעמע אין גייסט;
ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.
4וואויל איז די טרויערנדיקע;
ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
5וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין;
ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
6וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט;
ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
7וואויל איז די בעלי רחמים;
ווייל זיי וועלן דערלאנגען בארמהארציקייט.
8וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן;
ווייל זיי וועלן זען ה׳.
9וואויל איז די, וואס מאכן שלום;
ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
10וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט;
ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס.
11וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר. 12פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
13איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן. 14איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן. 15מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז. 16אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.
17איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין. 18מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען. 19דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים. 20מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
21איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: דו זאלסט נישט טייטן; ווער אבער עס טייט, איז חייב צום משפט. 22איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום. 23דעריבער ווען דו ברענגסט דיין קרבן צו דעם מזבח, און דארטן דערמאנסטו דיך, אז דיין ברודער האט עפעס קעגן דיר, 24זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און זיי מקריב דיין קרבן. 25ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין. 26באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה!
27איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן! 28איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן. 29און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין. 30און אויב דיין רעכטע האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ, און ווארף זי אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל גיין אין גיהנום אריין. 31און עס איז געזאגט געווארן: ווער עס שיידט זיך פון זיין ווייב, זאל ער איר געבן א גט. 32איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה. 33ווידער האט איר געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: זאלסט נישט שווערן פאלש, זאלסט אבער אפצאלן דיינע שבועות צום האר (ג‑ט). 34איך אבער זאג אייך, שווערט לגמרי נישט; נישט ביים הימל, ווייל עס איז ה׳ס כסא הכבוד. 35נישט ביי דער ערד, ווייל זי איז א פוסבענקל פאר זיינע פיס; נישט ביי ירושלים, ווייל דאס איז די שטאט פון דעם גרויסן מלך. 36זאלסט אויך נישט שווערן ביי דיין קאפ, ווייל דו קענסט נישט קיין איינציקע האר ווייס אדער שווארץ מאכן. 37נאר זאל אייער ווארט זיין; יא, יא; ניין, ניין! און וואס איז מער ווי די דאזיקע איז פונם בייזן.
38איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: אן אויג פאר אן אויג, און א צאן פאר א צאן; 39איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו. 40און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד. 41און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי. 42גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק. 43איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא; 44איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך; 45כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים. 46מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע? 47און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע? 48דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.

Currently Selected:

מתתיהו 5: OYBC

Označeno

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in