מתתיהו 8
8
קאפיטל אכט
1און ווען ער איז אראפגעשטיגן פון בארג, האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן, 2און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן. 3און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת. 4און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!
5און ווי ער איז אריינגעקומען קיין כפר‑נחום, איז געקומען צו אים אן אפיציר, און האט אים געבעטן, 6און געזאגט: האר, מיין משרת ליגט פאראליזשירט אין הויז, און האט שרעקלעכע יסורים. 7און ער זאגט צו אים: איך וועל קומען און אים היילן. 8דער אפיציר אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך, נאר זאג בלויז א ווארט, און מיין משרת וועט געהיילט ווערן. 9מחמת אויך איך בין א מענטש, וואס שטייט אונטער דער ממשלה, האבנדיק אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום אהער! און ער קומט; און צו מיין קנעכט: טו דאס! און ער טוט עס. 10און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען. 11און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים. 12די קינדער אבער פון דעם מלכות וועלן ארויסגעווארפן ווערן אין דער פינצטערניש אינדרויסן; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און דאס קריצן מיט די ציין. 13און יהושע/ישוע האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.
14און ווען יהושע/ישוע איז געקומען צו פעטרוסן אין הויז אריין, האט ער געזען זיין שוויגער ליגן קראנק אויף א קדחת. 15און ער האט אנגערירט איר האנט, און דאס פיבער האט זי פארלאזן; און זי איז אויפגעשטאנען, און האט אים באדינט. 16און ווען עס איז געווארן אוונט, האט מען געברענגט צו אים א סך באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און ער האט ארויסגעטריבן די גייסטער מיט א ווארט, און אלע קראנקע געהיילט; 17כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: ער אליין האט אוועקגענומען אונדזערע קראנקייטן, און געטראגן די לאסט פון אונדזערע ווייטאקן. (ישעיהו נג, ד.)
18און אז יהושע/ישוע האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער זייט ים. 19און א סופר איז געקומען, און האט צו אים געזאגט: רבי, איך וועל דיר נאכפאלגן, וואו דו וועסט נאר גיין. 20און יהושע/ישוע זאגט צו אים: די פוקסן האבן היילן, און די פייגל פון הימל—נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט, וואו דעם קאפ אנידערצולייגן. 21און אן אנדערער פון די תלמידים האט צו אים געזאגט: האר, גיב מיר רשות קודם כל אוועקצוגיין און קובר צו זיין מיין פאטער. 22יהושע/ישוע אבער זאגט צו אים: פאלג דו מיר נאך; און לאז די מתים קובר זיין זייערע מתים.
23און ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. 24און זע, עס איז געווארן א גרויסער שטורמווינט אויפן ים, אז דאס שיפל איז אזש באדעקט געווארן פון די כוואליעס; ער אבער איז געשלאפן. 25און זיי זענען געקומען צו אים, און האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע; מיר קומען אום! 26און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. 27און די מענטשן האבן זיך געוואונדערט, און האבן געזאגט: וואס איז דאס פאר א מאן, אז סיי די ווינטן סיי דער ים געהארכן אים?
28און ווען ער איז געקומען אויף יענער זייט ים אין דעם לאנד פון די גדריים, זענען אים אנטקעגנגעלאפן צוויי באזעסענע, וואס זענען ארויסגעקומען אויס די קברים, זייער געפערלעכע, אז קיינער האט נישט געקענט פארבייגיין דורך יענעם וועג. 29און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט? 30און פונדערווייטנס פון זיי האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. 31און די בייזע גייסטער האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב דו טרייבסט אונדז ארויס, שיק אונדז אריין אין דער סטאדע חזירים! 32און ער האט צו זיי געזאגט: גייט! און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אוועק אין די חזירים אריין; און זע, די גאנצע סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דער משופעדיקייט אין ים אריין, און זענען אומגעקומען אין די וואסערן. 33די פאסטוכער אבער זענען אנטלאפן, און זענען אריין אין שטאט, און האבן אלץ דערציילט, און וואס (עס האט פאסירט) מיט די באזעסענע. 34און זע, די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען אנטקייגן יהושען/ישוען; און דערזעענדיק אים, האבן זיי אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייער גבול.
Markert nå:
מתתיהו 8: OYBC
Marker
Del
Kopier
Vil du ha høydepunktene lagret på alle enhetene dine? Registrer deg eller logg på
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.