Лого на YouVersion
Икона за пребарување

ברֵאשִית ב

ב
1אַזױ זײַנען פֿאַרענדיקט געװאָרן דער הימל און די ערד און זײער גאַנצער חיל. 2און אלֹקים האָט געענדיקט צום זיבעטן טאָג זײַן אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט, און ער האָט גערוט אױפֿן זיבעטן טאָג פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט. 3און אלֹקים האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג, און האָט אים געהײליקט, װאָרום אין אים האָט ער גערוט פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿנדיק געמאַכט.
4דאָס איז די געשיכטע פֿון דעם הימל און דער ערד װען זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן, אין דעם טאָג װאָס ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט ערד און הימל.
5און קײן שפּראָצונג פֿון פֿעלד איז נאָך נישט געװען אױף דער ערד, און קײן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט נאָך נישט געשפּראָצט {צמח},#2‏.5 משיח איז צמח. רבי יהושע בן לױ אמר צמח שמו, ירושלמי ברכות דף יז אַ. זען הערה זכַריָה 6‏.11‏-12 װאָרום ה׳ אלֹקים האָט נישט געמאַכט רעגענען אױף דער ערד, און אַ מענטש איז נישט געװען צו באַאַרבעטן די ערד; 6נאָר אַ מָקוֹר נעפּל אױפֿגײן פֿון דער ערד, און פֿלעגט אָנטרינקען דאָס גאַנצע געזיכט פֿון דער ערד. 7האָט ה׳ אלֹקים געפֿורעמט דעם מענטשן פֿון שטױב פֿון דער ערד, און האָט אַרײַנגעבלאָזן אין זײַנע נאָזלעכער אַן אָטעם פֿון לעבן, און דער מענטש איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש (באַשעפֿעניש). 8און ה׳ אלֹקים האָט געפֿלאַנצט אַ גאָרטן אין עֵדֶן, אין מזרח, און האָט דאָרטן אַרײַנגעזעצט דעם מענטשן װאָס ער האָט געפֿורעמט. 9און ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט שפּראָצן פֿון דער ערד אַלערלײ בײמער גלוסטיק אָנצוקוקן און גוט צום עסן; אױך דעם בױם פֿון לעבן#2‏.9 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען אִיובֿ 14‏.14‏-15; 19‏.25‏-27; תְּהִלִּים 16‏.9‏-10; 17‏.15; 49‏.15; יְשַעְיָה 25‏.8; 26‏.19; יחֶזקֵאל 37‏.1‏-14; דָניאֵל 12‏.2; 12‏.3; 12‏.13‏; הוֹשֵעַ 13‏.14; 6‏.2; יוֹנָה 2‏.4‏-11; יְשַעְיָה 53‏.5; 53‏.10‏; תְּהִלִּים 23‏.6; 22‏.26‏; ברֵאשִית 2‏.9‏; מִשלֵי 3‏.18; 11‏.30‏; 13‏.12; 15‏.4 {עֵץ חַיִּים},#קהלת 3‏.11 אין מיטן גאָרטן, און דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס.
10און אַ טײַך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון עֵדֶן אָנצוטרינקען דעם גאָרטן, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך צעשײדט, און איז געװאָרן פֿיר הױפּט טײלן. 11דער נאָמען פֿון אײנעם איז פּישון; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד חַוִילָה, װאָס דאָרטן איז דאָ גאָלד; 12און דאָס גאָלד פֿון יענעם לאַנד איז גוט. דאָרטן איז דער בדוֹלַח און דער אָניקלשטײן. 13און דער נאָמען פֿון צװײטן טײַך איז גיחוֹן; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד כּוּש. 14און דער נאָמען פֿון דריטן טײַך איז חִדֶקֶל; דאָס איז דער װאָס גײט צו מזרח פֿון אשור. און דער פֿירטער טײַך, דאָס איז פּרָת.
15און ה׳ אלֹקים האָט גענומען דעם מענטשן, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין גאָרטן פֿון עֵדֶן, אים צו באַאַרבעטן#2‏.15 עבד איז די זעלבע פֿאַר אַרבעט און פֿאַר דינען פלח ה׳; זען פלח הערה דָניאֵל 7‏.14 און אים צו היטן. 16און ה׳ אלֹקים האָט אָנגעזאָגט דעם מענטשן, אַזױ צו זאָגן: פֿון אַלע בײמער פֿון גאָרטן מעגסטו עסן; 17אָבער פֿון דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס, פֿון אים זאָלסטו נישט עסן, װאָרום אין דעם טאָג װאָס דו עסט פֿון אים, װעסטו זיכער שטאַרבן.
18און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים. 19און ה׳ אלֹקים האָט געפֿורעמט פֿון דער ערד אַלערלײ חיות פֿון פֿעלד און אַלערלײ פֿױגלען פֿון הימל, און געבראַכט צו דעם מענטשן, צו זען װאָס ער װעט זײ רופֿן, און װאָס נאָר דער מענטש װעט רופֿן איטלעך לעבעדיקע באַשעפֿעניש, דאָס זאָל זײַן איר נאָמען. 20האָט דער מענטש אָנגערופֿן נעמען פֿאַר אַלע בהמות, און פֿאַר די פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלע חיות פֿון פֿעלד; אָבער פֿאַר אָדָמען האָט ער נישט געפֿונען אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים. 21האָט ה׳ אלֹקים געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש. 22און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. 23האָט דער מענטש געזאָגט:
דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,
און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;
די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,
װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.
24דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש (בשׂר אחד).#2‏.24 זען יְשַעְיָה 48‏.15; דָניאֵל 7‏.14. הער, יִשׂרָאֵל: ה׳ אלוקינו, ה׳ איז אחד. װי בשׂר אחד מיט צװײ קעפּ אין אײנעם אין מונוגמיה, װי ה׳ אחד מיט דרײַ קעפּ אין אײנעם אין מונותיאיזם: הער, יִשׂרָאֵל: ה׳ אלוקינו, ה׳ איז אחד, (דְבָֿרִים 6‏.4). האי עתיקא אשתכח בתלת רישין וכלילן בחד רישא. והוא רישא עלאה לעילא לעילא. דער אתיקא איז פֿאַראַן אין שלשה ראשים, װאָס זענען מאוחדן אין אחד, און דער ראש הזה איז דרײפליג דערהױבן, אמסטערדאם אױסגאַבע זוהר 3, 288b 25און זײ זײַנען בײדע געװען נאַקעט, דער מענטש און זײַן װײַב, און זײ נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען {בושׁ}.#2‏.25 די, װאָס זענען אָן די נײַ גײַסט און גאולה האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען {בושׁ} װעגן ה׳ס בשׂורה. זען יְשַעְיָה 45‏.17

Селектирано:

ברֵאשִית ב: OYT2023

Нагласи

Сподели

Копирај

None

Дали сакаш да ги зачуваш Нагласувањата на сите твои уреди? Пријави се или најави се