ברֵאשִית ג
ג
1און די שלאַנג איז געװען ליסטיקער פֿון אַלע חיות פֿון פֿעלד װאָס ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט, און זי האָט געזאָגט צו דער פֿרױ: נישט-שױן האָט אלֹקים געזאָגט, איר זאָלט נישט עסן פֿון קײן בױם פֿון גאָרטן? 2האָט די פֿרױ געזאָגט צו דער שלאַנג: פֿון דער פֿרוכט פֿון די בײמער פֿון גאָרטן מעגן מיר עסן, 3נאָר פֿון דער פֿרוכט פֿון דעם בױם װאָס אין מיטן גאָרטן האָט אלֹקים געזאָגט: איר זאָלט דערפֿון נישט עסן, און איר זאָלט זיך דעראָן נישט אָנרירן, אַזיסט װעט איר שטאַרבן. 4האָט די שלאַנג געזאָגט צו דער פֿרױ: שטאַרבן װעט איר נישט שטאַרבן, 5נאָר אלֹקים װײס אַז אין דעם טאָג װאָס איר עסט דערפֿון, װעלן זיך עפֿענען אײַערע אױגן, און איר װעט זײַן אַזױ װי אלֹקים צו װיסן גוטס און שלעכטס. 6האָט די פֿרױ געזען אַז דער בױם איז גוט צום עסן, און אַז ער איז אַן עונג פֿאַר די אױגן, און דער בױם איז גלוסטיק כּדי צו װיסן שׂכל, און זי האָט גענומען פֿון זײַן פֿרוכט, און האָט געגעסן; און זי האָט אױך געגעבן איר מאַן מיט איר, און ער האָט געגעסן. 7און זײערע בײדנס אױגן האָבן זיך געעפֿנט, און זײ האָבן געװוּסט אַז זײ זײַנען נאַקעט; האָבן זײ צונױפֿגענײט פֿײַגנבלעטער, און זיך געמאַכט גאַרטלען.
8און זײ האָבן געהערט דעם קֹול פֿון ה׳ אלֹקים, װי ער גײט אַרום אין גאָרטן אין דער קילקײט פֿון טאָג; און דער מענטש און זײַן װײַב האָבן זיך באַהאַלטן פֿאַר ה׳ אלֹקים צװישן די בײמער פֿון גאָרטן. 9האָט ה׳ אלֹקים גערופֿן צו דעם מענטשן, און האָט צו אים געזאָגט: װוּ ביסטו? 10האָט ער געענטפֿערט: איך האָב געהערט דײַן קֹול אין גאָרטן, און איך האָב מורא געהאַט, װײַל איך בין נאַקעט, האָב איך מיך באַהאַלטן. 11האָט ער געזאָגט: װער האָט דיר געזאָגט אַז דו ביסט נאַקעט? האָסטו געגעסן פֿון דעם בױם װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט נישט צו עסן פֿון אים? 12האָט דער מענטש געזאָגט: די װײַב װאָס דו האָסט מיר געגעבן, זי האָט מיר געגעבן פֿון דעם בױם, און איך האָב געגעסן.
13האָט ה׳ אלֹקים געזאָגט צו דער פֿרױ: װאָס האָסטו דאָ געטאָן? האָט די פֿרױ געזאָגט: די שלאַנג האָט מיך אָנגערעדט, און איך האָב געגעסן.
14האָט ה׳ אלֹקים געזאָגט צו דער שלאַנג:
װײַל דו האָסט דאָס געטאָן,
זאָלסטו זײַן פֿאַרשאָלט פֿון צװישן אַלע בהמות,
און פֿון צװישן אַלע חיות פֿון פֿעלד;
אױף דײַן בױך זאָלסטו גײן,
און שטױב זאָלסטו עסן
אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
15און אַ פֿײַנטשאַפֿט װעל איך מאַכן צװישן דיר און צװישן דער פֿרױ,
און צװישן דײַן זאָמען און צװישן איר זאָמען;
ער װעט דיך צעשטױסן אין קאָפּ,
און דו װעסט אים צעשטױסן אין טריט.
16צו דער פֿרױ האָט ער געזאָגט:
מערן װעל איך מערן דײַן מאַטערניש און דײַן טראָגװײעניש;
מיט יסורים װעסטו געבערן קינדער,
און צו דײַן מאַן װעט זײַן דײַן גלוסטונג,
און ער װעט געװעלטיקן איבער דיר.
17און צו אָדָמען האָט ער געזאָגט:
װײַל דו האָסט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דײַן װײַב,
און געגעסן פֿון דעם בױם
װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן:
זאָלסט פֿון אים נישט עסן;
זאָל די ערד זײַן פֿאַרשאָלטן פֿון דײַנעטװעגן;
מיט מאַטערניש זאָלסטו זיך עסן פֿון איר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
18און דערנער און שטעכיק געװעקס זאָל זי דיר מאַכן שפּראָצן,
און זאָלסט עסן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד.
19מיט דעם שװײס פֿון דײַן פּנים זאָלסטו עסן ברױט,
ביז דו קערסט זיך אום צו דער ערד;
װײַל פֿון איר ביסטו גענומען געװאָרן;
װאָרעם שטױב ביסטו,
און צו שטױב זאָלסטו זיך אומקערן.
20און דער מענטש האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן װײַב חַוָה, װײַל זי איז געװען די מוטער פֿון אַלעם לעבעדיקן. 21און ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט פֿאַר אָדָמען און פֿאַר זײַן װײַב מאַנטלען פֿון פֿעל, און האָט זײ באַקלײדט.
22און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: זע, דער מענטש איז געװאָרן װי אײנער פֿון אונדז צו װיסן גוטס און שלעכטס, און אַצונד קען ער נאָך אױסשטרעקן זײַן האַנט, און נעמען אױך פֿון דעם בױם פֿון לעבן, און ער װעט עסן, און װעט לעבן אײביק. 23האָט ה׳ אלֹקים אים אַרױסגעשיקט פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן, צו באַאַרבעטן די ערד, װאָס ער איז פֿון דאָרטן גענומען געװאָרן. 24און ער האָט אַרױסגעטריבן דעם מענטשן; און ער האָט אַרײַנגעזעצט אין מזרח פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן די כּרובֿים, און די פֿלאַמיקע שװערד װאָס דרײט זיך, צו היטן דעם װעג צום בױם פֿון לעבן.
Currently Selected:
ברֵאשִית ג: OYTORAH
Tya elembo
Share
Copy
Olingi kobomba makomi na yo wapi otye elembo na baapareyi na yo nyonso? Kota to mpe Komisa nkombo
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.