Logo ya YouVersion
Elilingi ya Boluki

ברֵאשִית י

י
1און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון נֹחס קינדער: שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן זין נאָכן מבול.
2די זין פֿון יֶפֶֿתן זײַנען געװען: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַֿל, און מֶשֶך, און תּירָס. 3און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה. 4און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרְשִיש, כִּתּים, און דודָנים. 5פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די אינדזלען פֿון די פֿעלקער אין זײערע לענדער, איטלעכער לױט זײַן לשון, לױט זײערע משפּחות, אין זײערע פֿעלקער.
6און די זין פֿון חָמען זײַנען געװען: כּוּש, און מִצרַיִם, און פּוּט, און כּנַעַן. 7און די זין פֿון כּוּשן: סבֿאָ, און חַוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמָה, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבֿאָ און דדָן. 8און כּוּש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד. 9ער איז געװען אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳; דערום װערט געזאָגט: אַזױ װי נִמרוֹד, אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳. 10און דער אָנהײב פֿון זײַן קיניגרײַך איז געװען בָבֿל, און אֶרֶך, און אַכַּד, און כַּלנֵה, אין לאַנד שִנעָר. 11פֿון יענעם לאַנד איז ער אַרױסגעגאַנגען קײן אשור, און האָט געבױט נינוֵה, און רחוֹבֿוֹת-עיר, און כֶּלַח, 12און רֶסֶן, צװישן נינוֵה און צװישן כֶּלַח, דאָס איז די גרױסע שטאָט. 13און מִצרַיִם האָט געבאָרן לודים, און עַנָמים, און להָבֿים, און נַפֿתּוחים, 14און פַּתרוסים, און כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און כַּפֿתּוֹרים.
15און כּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכוֹר, און חֵתן, 16און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי, 17און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סינַי, 18און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי; און דערנאָך האָבן זיך צעשפּרײט די משפּחות פֿון דעם כּנַעֲני. 19און דער געמאַרק פֿון דעם כּנַעֲני איז געװען פֿון צידון, װי דו גײַסט קײן גרָר, ביז עַזָה; װי דו גײַסט קײן סדוֹם, און עַמוֹרָה, און אַדמָה, און צבֿוֹיִים, ביז לֶשַע. 20דאָס זײַנען די קינדער פֿון חָם לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, אין זײערע פֿעלקער.
21און בײַ שֵם, דעם פֿאָטער פֿון אַלע קינדער פֿון עֵבֶֿר, דעם עלטערן ברודער פֿון יֶפֶֿתן, אױך בײַ אים זײַנען געבאָרן געװאָרן קינדער. 22די זין פֿון שֵמען זײַנען געװען: עֵילָם, און אשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם. 23און די זין פֿון אַרָמען: עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מַש. 24און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶֿרן. 25און בײַ עֵבֶֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן. 26און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן, 27און הַדורָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן, 28און עובָֿלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן, 29און אוֹפֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין. 30און זײער װױנאָרט איז געװען פֿון מֵשאָ, װי דו קומסט קײן ספֿר, ביזן באַרג פֿון מזרח. 31דאָס זײַנען די זין פֿון שֵמען לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, לױט זײערע פֿעלקער.
32דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נֹחס זין לױט זײערע געבורטן, אין זײערע פֿעלקער; און פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די פֿעלקער אױף דער ערד נאָכן מבול.

Currently Selected:

ברֵאשִית י: OYT2023

Tya elembo

Share

Copy

None

Olingi kobomba makomi na yo wapi otye elembo na baapareyi na yo nyonso? Kota to mpe Komisa nkombo