ברֵאשִית מא

מא
מִקֵץ
1און עס איז געװען צום סוף פֿון צװײ יאָר צײַט, האָט זיך פַּרעהן געחלומט, ערשט ער שטײט בײַם טײַך. 2און אָט גײען אַרױף פֿון טײַך זיבן קי, שײן אױפֿן אױסזען און פֿעט אױפֿן לײַב; און זײ האָבן זיך געפֿיטערט אין דעם טײַכגראָז. 3און אָט גײען אַרױף נאָך זײ פֿון טײַך זיבן אַנדערע קי, מיאוס אױפֿן אױסזען, און מאָגער אױפֿן לײַב; און זײ האָבן זיך געשטעלט לעבן יענע קי בײַם ברעג טײַך. 4און די מיאוסע אױפֿן אױסזען און מאָגערלײַביקע קי האָבן אױפֿגעגעסן די זיבן שײנע אױפֿן אױסזען און פֿעטע קי. און פַּרעה האָט זיך אױפֿגעכאַפּט. 5און ער איז אײַנגעשלאָפֿן, און אים האָט זיך געחלומט אַ צװײט מאָל, ערשט זיבן זאַנגען גײען-אױף אױף אײן שטענגל געזונטע און גוטע. 6און אָט שפּראָצן אַרױס נאָך זײ זיבן זאַנגען דינע און פֿאַרברענטע פֿון מזרח-װינט. 7און די דינע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען די זיבן געזונטע און פֿולע זאַנגען. און פַּרעה האָט זיך אױפֿגעכאַפּט, ערשט עס איז אַ חלום.
8און עס איז געװען אין דער פֿרי, איז זײַן גײַסט געװען צערודערט, און ער האָט געשיקט און גערופֿן אַלע חַרטומים פֿון מִצרַיִם, און אַלע אירע חכמים; און פַּרעה האָט זײ דערצײלט זײַנע חלומות, אָבער קײנער האָט זײ נישט געקענט פּותר זײַן פֿאַר פַּרעהן.
9האָט דער אײבערטראַנקמײַסטער גערעדט צו פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: מײַנע זינד מוז איך הײַנט דערמאָנען. 10פַּרעה האָט געצערנט אױף זײַנע קנעכט, און האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין דער װאַך פֿון דעם אײבערלײַבװעכטערס הױז, מיך און דעם אײבערבעקער. 11האָט זיך אונדז געחלומט אַ חלום אין אײן נאַכט, מיר און אים; איטלעכן לױט דעם פּיתרון פֿון זײַן חלום האָט זיך אונדז געחלומט. 12און דאָרטן איז מיט אונדז געװען אַ יונג, אײן עִבֿרי, אַ קנעכט פֿון דעם אײבערלײַבװעכטער, האָבן מיר אים דערצײלט, און ער האָט אונדז פּותר געװען אונדזערע חלומות; איטלעכן לױט זײַן חלום האָט ער פּותר געװען. 13און עס איז געװען, אַזױ װי ער האָט אונדז פּותר געװען, אַזױ איז געשען: מיך האָט מען אומגעקערט אױף מײַן שטאַנד, און אים האָט מען אױפֿגעהאַנגען.
14האָט פַּרעה געשיקט און גערופֿן יוֹספֿן, און מע האָט אים אױף גיך אַרױסגענומען פֿון תּפֿיסה. און ער האָט זיך אָפּגעגאָלט, און האָט איבערגעביטן זײַנע קלײדער, און איז געקומען צו פַּרעהן. 15האָט פַּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן: מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום, און נישטאָ װער זאָל אים פּותר זײַן; און איך האָב געהערט זאָגן אױף דיר, אַז דו פֿאַרשטײסט אַ חלום, אים פּותר צו זײַן.
16האָט יוֹסף געענטפֿערט פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: נישט איך, אלֹקים װעט באַשײדן דעם פֿריד פֿון פַּרעהן.
17האָט פַּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן: מיר חלומט זיך, ערשט איך שטײ בײַם ברעג טײַך. 18און אָט גײען אַרױף פֿון טײַך זיבן קי, פֿעט אױפֿן לײַב און שײן אױפֿן געשטאַלט; און זײ האָבן זיך געפֿיטערט אין גראָז. 19און אָט גײען אַרױף נאָך זײ זיבן אַנדערע קי, אָרעם און זײער מיאוס אױפֿן געשטאַלט און דאַר אױפֿן לײַב, װאָס אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם האָב איך נישט געזען זײער גלײַכן אין מיאוסקײט. 20און די דאַרע און מיאוסע קי האָבן אױפֿגעגעסן די ערשטע זיבן פֿעטע קי.
21און זײ זײַנען אַרײַן אין זײ, און עס איז נישט געװען קענטיק אַז זײ זײַנען אין זײ אַרײַן, און זײער אױסזען איז געװען אַזױ מיאוס װי אין אָנהײב. און איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט. 22און איך האָב געזען אין מײַן חלום, ערשט זיבן זאַנגען גײען-אױף אױף אײן שטענגל, פֿולע און גוטע. 23און אָט שפּראָצן אַרױס נאָך זײ זיבן זאַנגען אײַנגעטריקנטע, דינע, פֿאַרברענטע פֿון מזרח-װינט. 24און די דינע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען די זיבן גוטע זאַנגען. האָב איך דערצײלט די חַרטומים, אָבער קײנער קען מיר נישט זאָגן.
25האָט יוֹסף געזאָגט צו פַּרעהן: דער חלום פֿון פַּרעהן איז אײנער; װאָס האלֹקים װיל טאָן האָט ער אָנגעזאָגט פַּרעהן. 26די זיבן גוטע קי דאָס זײַנען זיבן יאָר, און די זיבן גוטע זאַנגען דאָס זײַנען זיבן יאָר; אֶחָד חלום איז דאָס. 27און די זיבן דאַרע און מיאוסע קי, װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען נאָך זײ, דאָס זײַנען זיבן יאָר; און די זיבן לײדיקע זאַנגען פֿאַרברענט פֿון מזרח-װינט, דאָס װעלן זײַן זיבן הונגעריאָרן. 28דאָס איז די זאַך װאָס איך האָב געזאָגט פַּרעהן: װאָס האלֹקים װיל טאָן האָט ער באַװיזן פַּרעהן. 29זע, עס קומען זיבן יאָר פֿון גרױס זעט אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 30און נאָך זײ װעלן אױפֿשטײן זיבן הונגעריאָרן, און די גאַנצע זעט װעט זײַן פֿאַרגעסן אין לאַנד מִצרַיִם; און דער הונגער װעט פֿאַרלענדן דאָס לאַנד. 31און פֿון דער זעט װעט נישט זײַן צו מערקן אין לאַנד, פֿון װעגן יענעם הונגער װאָס נאָכדעם; װאָרעם ער װעט זײַן זײער שװער. 32און װאָס דער חלום האָט זיך איבערגעחזרט אַ צװײט מאָל צו פַּרעהן: װײַל די זאַך איז פֿעסט פֿון האלֹקים, און האלֹקים אײַלט דאָס צו טאָן. 33און אַצונד, זאָל פַּרעה זען אַ פֿאַרשטאַנדיקן און אַ קלוגן מאַן, און אים שטעלן איבערן לאַנד מִצרַיִם. 34זאָל פַּרעה דאָס טאָן, און זאָל ער אױפֿזעצן אױפֿזעער איבערן לאַנד, און באַװאָרענען דאָס לאַנד מִצרַיִם אין די זיבן זאַטע יאָרן. 35און זאָל מען אױפֿזאַמלען די גאַנצע שפּײַז פֿון די דאָזיקע גוטע יאָרן װאָס קומען, און זאָל מען אָנקלײַבן תּבֿואה אונטער דער האַנט פֿון פַּרעהן, פֿאַר שפּײַז אין די שטעט, און היטן. 36און די שפּײַז װעט זײַן אַװעקגעלײגט פֿאַרן לאַנד, אױף די זיבן הונגעריאָרן װאָס װעלן זײַן אין לאַנד מִצרַיִם, און דאָס לאַנד װעט נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון הונגער.
37און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון אַלע זײַנע קנעכט. 38און פַּרעה האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: קענען מיר דען געפֿינען אַזאַ װי דער דאָזיקער, אַ מאַן װאָס דער גײַסט פֿון אלֹקים איז אין אים? 39און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: נאָכדעם װי אלֹקים האָט דיך געלאָזט װיסן דאָס אַלץ, איז נישטאָ אַ פֿאַרשטאַנדיקער און אַ קלוגער אַזױ װי דו. 40דו װעסט זײַן איבער מײַן הױז, און לױט דײַן מױל זאָל געװירטשאַפֿט װערן מײַן גאַנץ פֿאָלק; נאָר מיטן טראָן װעל איך זײַן גרעסער פֿון דיר. 41און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: זע, איך האָב דיך אױפֿגעזעצט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 42און פַּרעה האָט אַראָפּגענומען זײַן זיגלרינג פֿון זײַן האַנט, און האָט אים אָנגעטאָן אױף דער האַנט פֿון יוֹספֿן, און ער האָט אים אָנגעקלײדט אין לײַנענע בגדים, און אים אָנגעטאָן אַ גילדערנע קײט אױפֿן האַלדז. 43און ער האָט אים געמאַכט פֿאָרן אין זײַן צװײטן רײַטװאָגן; און מע האָט אױסגערופֿן פֿאַר אים: אבֿרך! און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
44און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: איך בין פַּרעה, אָבער אָן דיר זאָל קײנער נישט אױפֿהײבן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 45און פַּרעה האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יוֹספֿן, צָפֿנַת-פַּעְנֵחַ; און ער האָט אים געגעבן אָסנַת די טאָכטער פֿון פּוֹטי-פֿרַע, דעם פּריסטער פֿון אוֹן, פֿאַר אַ װײַב. און יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען איבערן לאַנד מִצרַיִם. – 46און יוֹסף איז געװען דרײַסיק יאָר אַלט, װען ער האָט זיך געשטעלט פֿאַר פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם. – און יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר פַּרעהן, און איז דורכגעגאַנגען דורכן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
47און דאָס לאַנד האָט געבראַכט אין די זיבן זאַטע יאָרן הױפֿנסװײַז. 48און ער האָט אױפֿגעזאַמלט די גאַנצע שפּײַז פֿון די זיבן יאָר װאָס זײַנען געװען אין לאַנד מִצרַיִם, און האָט אַרײַנגעטאָן די שפּײַז אין די שטעט; די שפּײַז פֿון די פֿעלדער פֿון אַ שטאָט װאָס אַרום איר, האָט ער אַרײַנגעטאָן אין איר. 49און יוֹסף האָט אָנגעקליבן תּבֿואה אַזױ װי זאַמד פֿון ים, זײער פֿיל, ביז מע האָט אױפֿגעהערט צו צײלן, װײַל עס איז געװען אָן אַ צאָל.
50און בײַ יוֹספֿן זײַנען געבאָרן געװאָרן, אײדער דאָס הונגעריאָר איז געקומען, צװײ זין, װאָס אָסנַת די טאָכטער פֿון פּוֹטי-פֿרַע דעם פּריסטער פֿון אוֹן האָט אים געבאָרן. 51און יוֹסף האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם בכוֹר מנַשֶה, װײַל: אלֹקים האָט מיך געמאַכט פֿאַרגעסן מײַן גאַנצע יסורים , און דאָס גאַנצע הױז פֿון מײַן פֿאָטער. 52און דעם נאָמען פֿון דעם צװײטן האָט ער גערופֿן אפֿרים, װײַל: אלֹקים האָט מיך געפֿרוכפּערט אין דעם לאַנד פֿון מײַן פּײַן.
53און עס האָבן זיך געענדיקט די זיבן יאָר פֿון דער זעט װאָס איז געװען אין לאַנד מִצרַיִם. 54און עס האָבן אָנגעהױבן קומען די זיבן הונגעריאָרן, אַזױ װי יוֹסף האָט פֿאַרױסגעזאָגט. און עס איז געװען אַ הונגער אין אַלע לענדער, נאָר אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם איז געװען ברױט.
55און אַז דאָס גאַנצע לאַנד מִצרַיִם האָט אָנגעהױבן הונגערן, און דאָס פֿאָלק האָט געשריען צו פַּרעהן אום ברױט, האָט פַּרעה געזאָגט צו גאַנץ מִצרַיִם: גײט צו יוֹספֿן; װאָס ער װעט אײַך זאָגן, זאָלט איר טאָן. 56און דער הונגער איז געװען איבערן גאַנצן לאַנד; און יוֹסף האָט געעפֿנט אַלע שפּײַכלערס, און האָט פֿאַרקױפֿט צו מִצרַיִם; און דער הונגער האָט זיך געשטאַרקט אין לאַנד מִצרַיִם. 57און פֿון דער גאַנצער ערד איז מען געקומען קײן מִצרַיִם צו יוֹספֿן קױפֿן תּבֿואה, װאָרעם דער הונגער איז געװען שטאַרק אױף דער גאַנצער ערד.

הדגשה

שתף

העתק

None

רוצים לשמור את ההדגשות שלכם בכל המכשירים שלכם? הירשמו או היכנסו