ברֵאשִית לז
לז
וַיֵשֶב
1און יעקבֿ איז געזעסן אין דעם לאַנד פֿון זײַן פֿאָטערס װױנשאַפֿט, אין לאַנד כּנַעַן.
2דאָס איז די געשיכטע פֿון יעקבֿן: יוֹסף צו זיבעצן יאָר איז געװען אַ פּאַסטוך מיט זײַנע ברידער בײַ די שאָף; און ער איז געװען אַ ייִנגל מיט די זין פֿון בִלהָהן, און מיט די זין פֿון זִלפָּהן, די װײַבער פֿון זײַן פֿאָטער; און יוֹסף האָט געבראַכט בײזע רײד אױף זײ צו זײער פֿאָטער.
3און יִשׂרָאֵל האָט ליב געהאַט יוֹספֿן מער פֿון אַלע זײַנע זין, װײַל ער איז בײַ אים געװען אַ בן-זקונים. און ער האָט אים געמאַכט אַ מאַנטל פּסים. 4און אַז זײַנע ברידער האָבן געזען אַז זײער פֿאָטער האָט אים ליבער פֿון אַלע זײַנע ברידער, האָבן זײ אים פֿײַנט געקריגן, און נישט געקענט רעדן צו אים פֿרידלעך.
5און יוֹספֿן האָט זיך געחלומט אַ חלום, און ער האָט דערצײלט זײַנע ברידער, און זײ האָבן אים נאָך מער פֿײַנט געקריגן. 6און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט אַקאָרשט דעם דאָזיקן חלום װאָס מיר האָט זיך געחלומט: 7מיר בינדן אַזױ גאַרבן אין פֿעלד, ערשט מײַן גאַרב האָט זיך אױפֿגעהױבן, און איז אױך געבליבן שטײן; און זע, אײַערע גאַרבן האָבן זיך אַרומגעשטעלט, און האָבן זיך געבוקט צו מײַן גאַרב.
8האָבן זײַנע ברידער צו אים געזאָגט: קיניגן װילסטו קיניגן איבער אונדז? אָדער געװעלטיקן װילסטו געװעלטיקן איבער אונדז? און זײ האָבן אים נאָך מער פֿײַנט געקריגן פֿאַר זײַנע חלומות, און פֿאַר זײַנע רײד.
9און אים האָט זיך װידער געחלומט אַן אַנדער חלום, און ער האָט דערצײלט זײַנע ברידער, און האָט געזאָגט: אָט האָט זיך מיר װידער געחלומט אַ חלום: ערשט די זון און די לבֿנה און די עלף שטערן בוקן זיך צו מיר.
10און װי ער האָט עס דערצײלט זײַן פֿאָטער און זײַנע ברידער, האָט זײַן פֿאָטער אָנגעשריען אױף אים, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ חלום װאָס דיר האָט זיך געחלומט? זאָל איך און דײַן מוטער און דײַנע ברידער גאָר קומען זיך בוקן פֿאַר דיר צו דער ערד?
11און די ברידער האָבן אים מקנא געװען; אָבער זײַן פֿאָטער האָט די זאַך געהאַלטן אין זינען.
12און זײַנע ברידער זײַנען געגאַנגען פֿיטערן די שאָף פֿון זײער פֿאָטער אין שכֶם. 13האָט יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יוֹספֿן: דײַנע ברידער פֿיטערן דאָך אין שכֶם; קום און איך װעל דיך שיקן צו זײ. האָט ער צו אים געזאָגט: דאָ בין איך. 14האָט ער צו אים געזאָגט: גײ אַקאָרשט זע אױב פֿריד איז צו דײַנע ברידער, און פֿריד צו די שאָף, און ברענג מיר אַן ענטפֿער. און ער האָט אים אַװעקגעשיקט פֿון דעם טאָל פֿון חֶבֿרוֹן, און ער איז געקומען קײן שכֶם. 15האָט אים געפֿונען אַ מאַן, ערשט ער בלאָנדזשעט אום אין פֿעלד; און דער מאַן האָט אים געפֿרעגט, אַזױ צו זאָגן: װאָס זוכסטו? 16האָט ער געזאָגט: מײַנע ברידער זוך איך; זאָג מיר, איך בעט דיך, װוּ פֿיטערן זײ? 17האָט דער מאַן געזאָגט: זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דאַנען, װאָרעם איך האָב געהערט װי זײ זאָגן: לאָמיר גײן קײן דוֹתָן. איז יוֹסף געגאַנגען נאָך זײַנע ברידער, און ער האָט זײ געפֿונען אין דוֹתָן.
18און װי זײ האָבן אים דערזען פֿון װײַטן, און אײדער נאָך ער האָט גענענט צו זײ, האָבן זײ זיך געמאַכט א פֿאַרשװערונג קעגן אים, אים צו טײטן. 19און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: אָן קומט דער דאָזיקער בַעַל-חלומות. 20און אַצונד, קומט, און לאָמיר אים הרגען, און אים אַרײַנװאַרפֿן אין אײנער פֿון די גריבער, און מיר װעלן זאָגן: אַ בײזע חיה האָט אים אױפֿגעגעסן; און מיר װעלן זען װאָס װעט װערן פֿון זײַנע חלומות.
21האָט ראובֿן דערהערט, און ער האָט אים געזוכט מציל צו זײַן פֿון זײער האַנט, און האָט געזאָגט: לאָמיר אים נישט נעמען דאָס לעבן. 22און ראובֿן האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט פֿאַרגיסן קײן בלוט; װאַרפֿט אים אַרײַן אין יענער גרוב װאָס אין מידבר, אָבער אַ האַנט זאָלט איר נישט אױסשטרעקן אױף אים – כּדי אים מציל צו זײַן פֿון זײער האַנט, אים אומצוקערן צו זײַן פֿאָטער.
23און עס איז געװען, װי יוֹסף איז צוגעקומען צו זײַנע ברידער, אַזױ האָבן זײ אױסגעטאָן יוֹספֿן זײַן מאַנטל, דאָס מאַנטל פּסים װאָס אױף אים. 24און זײ האָבן אים גענומען, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב. און די גרוב איז געװען לײדיק, קײן װאַסער איז אין איר נישט געװען.
25און זײ האָבן זיך געזעצט עסן ברױט. און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן אַ קוק געטאָן, ערשט אַ קאַראַװאַן יִשמָעֵאלים קומט אָן פֿון גִלעָד, און זײערע קעמלען טראָגן געװירץ און באַלזאַם און מירע װאָס זײ גײען אַראָפּנידערן קײן מִצרַיִם. 26האָט יהוּדה געזאָגט צו זײַנע ברידער: װאָס װעט אַרױסקומען, אַז מיר װעלן הרגען אונדזער ברודער, און מיר װעלן פֿאַרדעקן זײַן בלוט? 27קומט, און לאָמיר אים פֿאַרקױפֿן צו די יִשמָעֵאלים, און אונדזער האַנט זאָל נישט זײַן אױף אים; װאָרעם אונדזער ברודער, אונדזער פֿלײש איז ער. און זײַנע ברידער האָבן צוגעהערט. 28און װי די מִדיָנישע לײַט, די סוחרים, זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען, אַזױ האָבן זײ אַרױסגעצױגן און אַרױפֿגעבראַכט יוֹספֿן פֿון דער גרוב, און זײ האָבן פֿאַרקױפֿט יוֹספֿן צו די יִשמָעֵאלים פֿאַר צװאַנציק זילבערשטיק; און די האָבן אַװעקגעפֿירט יוֹספֿן קײן מִצרַיִם.
29און ראובֿן האָט זיך אומגעקערט צו דער גרוב, ערשט יוֹסף איז נישטאָ אין דער גרוב; האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער. 30און ער האָט זיך אומגעקערט צו זײַנע ברידער, און האָט געזאָגט: דער ייִנגל איז נישטאָ, און איך, װוּ טו איך מיך אַהין?
31און זײ האָבן גענומען יוֹספֿס כּתנת, און האָבן געשאָכטן אַ ציגנבאָק, און האָבן אײַנגעטונקט דאָס כּתנת אין דעם בלוט. 32און זײ האָבן אַװעקגעשיקט דאָס כּתנת פּסים, און געלאָזט ברענגען צו זײער פֿאָטער, און געלאָזט זאָגן: דאָס האָבן מיר געפֿונען; דערקען אַקאָרשט אױב דאָס איז דײַן זונס כּתנת אָדער נישט. 33האָט ער עס דערקענט, און ער האָט געזאָגט: מײַן זונס כּתנת; אַ בײזע חיה האָט אים אױפֿגעגעסן, פֿאַרצוקן פֿאַרצוקט געװאָרן איז יוֹסף. 34און יעקבֿ האָט צעריסן זײַנע קלײדער, און אָנגעטאָן זאַק אױף זײַנע לענדן, און ער האָט געטרױערט אױף זײַן זון פֿיל טעג. 35און אַלע זײַנע זין און אַלע זײַנע טעכטער זײַנען אױפֿגעשטאַנען אים צו טרײסטן, אָבער ער האָט זיך נישט געװאָלט טרײסטן; און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַן אָבֿל װעל איך נידערן צו מײַן זון טרױעריק אין דעם גרוב. און זײַן פֿאָטער האָט אים באַװײנט.
36און די מִדיָנים האָבן אים פֿאַרקױפֿט אין מִצרַיִם צו פּוֹטיפַֿר, אַ הױפֿדינער פֿון פַּרעהן, דעם אײבערלײַבװעכטער.
נבחרו כעת:
ברֵאשִית לז: OYTORAH
הדגשה
שתף
העתק

רוצים לשמור את ההדגשות שלכם בכל המכשירים שלכם? הירשמו או היכנסו
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.