יוחנן 1
1
1אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג‑ט. 2דאס דאזיקע איז געווען אין אנהויב ביי ה׳. 3אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן; און אחוץ דורך אים איז נישט באשאפן געווארן קיין זאך, וואס איז באשאפן געווארן. 4אין אים איז געווען לעבן; און דאס לעבן איז געווען דאס ליכט פון די מענטשן. 5און דאס ליכט שיינט אין דער פינצטערניש; און די פינצטערניש האט עס נישט גובר געווען.
6עס איז געווען א מענטש, פון ה׳ געשיקט, זיין נאמען איז געווען יוחנן. 7דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים. 8ער איז נישט געווען דאס ליכט, נאר (איז געקומען) כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט. 9דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין. 10ער איז געווען אין דער וועלט, און די וועלט איז דורך אים באשאפן געווארן, און די וועלט האט אים נישט געקענט. 11צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען. 12וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען: 13וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳. 14און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת. 15יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר. 16און פון זיין פולקייט האבן מיר אלע באקומען, און (טאקע) חסד איבער חסד. 17ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן. 18קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.
19און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו? 20און ער האט מודה געווען, און נישט געלייקנט; און האט מודה געווען: איך בין נישט דער משיח. 21און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין. 22האבן זיי דעריבער געזאגט: ווער זשע ביסטו? כדי מיר זאלן געבן אן ענטפער צו די, וואס האבן אונדז געשיקט. וואס זאגסטו וועגן דיר אליין? 23האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.) 24און די שליחים זענען געווען פון די פרושים. 25און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא? 26האט יוחנן זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: איך בין טובל מיט וואסער אין א מקווה: אין אייער מיט שטייט (איינער), וועמען איר קענט נישט, 27דער, וואס קומט נאך מיר, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיין שוך. 28דאס איז געשען אין בית‑היני, אויף יענער זייט ירדן, וואו יוחנן פלעגט טובל זיין אין דער מקווה.
29צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.) 30ער איז דאס, פון וועמען איך האב געזאגט: נאך מיר קומט א מאן, וועלכער איז געווען פאר מיר; ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר. 31און איך האב אים נישט געקענט; נאר כדי ער זאל אנטפלעקט ווערן צו ישראל, דערפאר בין איך געקומען, טובל זייענדיק מיט וואסער אין דער מקווה. 32און יוחנן האט עדות געזאגט, אזוי צו זאגן: איך האב געזען דעם גייסט אראפנידערן פון הימל ווי א טויב; און בלייבן אויף אים. 33און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש. 34און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער.
35צומארגנס איז יוחנן ווידער געשטאנען, און צוויי פון זיינע תלמידים; 36און דערזעענדיק יהושען/ישוען ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם! 37און די צוויי תלמידים זיינע האבן אים געהערט רעדן, און האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען. 38און אויסדרייענדיק זיך און זעענדיק זיי נאכפאלגען, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: וואס באגערט איר? האבן זיי געזאגט צו אים: רבי (דאס הייסט, לערער) וואו וואוינסטו? 39זאגט ער צו זיי: קומט און זעט. זענען זיי דעריבער געקומען און האבן געזען וואו ער האט געוואוינט; און זענען ביי אים פארבלייבן יענעם טאג. עס איז געווען ארום דער צענטער שעה. 40איינער פון די צוויי, וואס האבן געהערט פון יוחנן און האבן אים נאכגעפאלגט, איז געווען אנדריי, דער ברודער פון שמעון פעטרוס. 41דער דאזיקער געפינט צוערשט זיין אייגענעם ברודער שמעון און זאגט צו אים: מיר האבן געפונען דעם משיח, (דאס הייסט פארטייטשט, געזאלבטער). 42ער האט אים געברענגט צו יהושען/ישוען. יהושע/ישוע האט א בליק געטאן אויף אים און געזאגט: דו ביסט שמעון בן יונה; דו זאלסט הייסן כיפא, (פארטייטשט אויף יידיש, פעלדזן).
43צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע זאגט צו אים: פאלג מיר נאך. 44און דער פיליפוס איז געווען פון בית‑צידה, פון דער שטאט פון אנדריי און פעטרוס. 45פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת. 46און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע. 47יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט. 48זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים. 49האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל. 50האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: ווייל איך האב דיר געזאגט, אז איך האב דיך געזען אונטער דעם פייגנבוים, גלויבסטו? גרעסערע זאכן ווי די דאזיקע וועסטו זען. 51און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.
Actualmente seleccionado:
יוחנן 1: OYBC
Destacar
Compartir
Copiar
¿Quieres tener guardados todos tus destacados en todos tus dispositivos? Regístrate o inicia sesión
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.