ברֵאשִית לב
לב
1 און לָבָֿן האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט געקושט זײַנע זין און זײַנע טעכטער, און האָט זײ געבענטשט; און לָבָֿן איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.
2 און יעקבֿ איז געגאַנגען אױף זײַן װעג, און מלאָכים פֿון אלֹקים האָבן אים באַגעגענט. 3 און יעקבֿ האָט געזאָגט, אַז ער האָט זײ דערזען: ג-טס מחנה איז דאָס; און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט מַחנַיִם.
וַיִשְלַח
4 און יעקבֿ האָט געשיקט שלוחים פֿאַרױס פֿאַר זיך צו זײַן ברודער עֵשָׂון קײן לאַנד שֵׂעִיר, אין פֿעלד פֿון אֶדוֹם. 5 און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו מײַן האַר, צו עֵשָׂון: אַזױ האָט געזאָגט דײַן קנעכט יעקבֿ: בײַ לָבָֿנען האָב איך געװױנט, און איך האָב זיך אױפֿגעהאַלטן ביז אַצונד. 6 און איך האָב אָקסן און אײזלען, שאָף, און קנעכט און דינסטן; האָב איך געשיקט אָנזאָגן מײַן האַר, כּדי צו געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן. 7 האָבן די שלוחים זיך אומגעקערט צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען געקומען צו דײַן ברודער, צו עֵשָׂון, און ער גײט דיר אױך אַנטקעגן, און פֿיר הונדערט מאַן מיט אים. 8 האָט יעקבֿ זײער מורא געקריגן, און ער איז געװען באַקלעמט. און ער האָט צעטײלט דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים, און די שאָף און די רינדער און די קעמלען, אין צװײ מחנות. 9 און ער האָט געזאָגט: אױב עֵשָׂו װעט קומען אױף אײן מחנה, און װעט זי שלאָגן, װעט די איבעריקע מחנה אַנטרונען װערן.
10 און יעקבֿ האָט געזאָגט: דער ג-ט פֿון מײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און דער ג-ט פֿון מײַן פֿאָטער יִצחָקן, ה׳, װאָס האָט געזאָגט צו מיר: קער זיך אום צו דײַן לאַנד און צו דײַן אָפּשטאַם, און איך װעל גוטס טאָן מיט דיר; 11 איך בין צו קלײן פֿאַר אַלע חסדים און פֿאַר אַל דער טרײַשאַפֿט װאָס דו האָסט געטאָן מיט דײַן קנעכט; װאָרעם מיט מײַן שטעקן בין איך אַריבערגעגאַנגען דעם דאָזיקן יַרדן, און אַצונד בין איך געװאָרן צװײ מחנות. 12 זײַ מיך מציל, איך בעט דיך, פֿון דער האַנט פֿון מײַן ברודער, פֿון דער האַנט פֿון עֵשָׂון, װאָרעם איך האָב מורא פֿאַר אים, ער זאָל נישט קומען און מיך שלאָגן מוטער מיט קינדער. 13 דו האָסט דאָך געזאָגט: גוטס טאָן װעל איך גוטס טאָן מיט דיר, און איך װעל מאַכן דײַן זאָמען אַזױ װי דער זאַמד פֿון ים, װאָס קען נישט געצײלט װערן פֿון פֿילקײט.
14 און ער האָט דאָרטן גענעכטיקט יענע נאַכט; און ער האָט גענומען פֿון װאָס אים איז געקומען צו דער האַנט, אַ מתּנה פֿאַר זײַן ברודער עֵשָׂון: 15 צװײ הונדערט ציגן, און צװאַנציק בעק, צװײ הונדערט שעפּסן, און צװאַנציק װידערס, 16 דרײַסיק קעמלען זײגעדיקע מיט זײערע יונגע, פֿערציק קי, און צען אָקסן, צװאַנציק אײזעלינס, און צען יונגע אײזלען. 17 און ער האָט איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט, צו סטאַדע, צו סטאַדע באַזונדער; און ער האָט אָנגעזאָגט זײַנע קנעכט: גײט מיר פֿאַרױס, און װאַרע זאָלט איר מאַכן צװישן סטאַדע און סטאַדע. 18 און ער האָט באַפֿױלן דעם ערשטן, אַזױ צו זאָגן: אַז דיך װעט באַגעגענען עֵשָׂו מײַן ברודער, און װעט דיך פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װעמעס ביסטו? און װוּהין גײסטו? און װעמעס זײַנען די דאָזיקע פֿאַר דיר? 19 זאָלסטו זאָגן: דײַן קנעכט יעקבֿס; אַ מתּנה איז דאָס געשיקט צו מײַן האַר, צו עֵשָׂון; און אָן איז ער אױך הינטער אונדז. 20 און ער האָט באַפֿױלן אױך דעם צװײטן און דעם דריטן, און אַלע װאָס זײַנען געגאַנגען הינטער די סטאַדעס, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי די דאָזיקע רײד זאָלט איר רעדן צו עֵשָׂון, אַז איר טרעפֿט אים; 21 און איר זאָלט זאָגן: אָן איז אױך דײַן קנעכט יעקבֿ הינטער אונדז. װאָרעם ער האָט געזאָגט: לאָמיך אים איבערבעטן מיט דער מתּנה װאָס גײט מיר פֿאַרױס, און דערנאָך װעל איך זען זײַן פּנים, אפֿשר װעט ער מיך אױפֿנעמען.
22 איז די מתּנה אַװעק אים פֿאַרױס, און ער האָט גענעכטיקט יענע נאַכט אין לאַגער. 23 און ער איז אױפֿגעשטאַנען אין יענער נאַכט, און האָט גענומען זײַנע צװײ װײַבער, און זײַנע צװײ דינסטן, און זײַנע עלף קינדער, און ער איז אַריבערגעפֿאָרן דעם איבערפֿאָר פֿון יַבוֹק. 24ער האָט זײ גענומען, און האָט זײ אַריבערגעפֿירט איבערן טײַך, און האָט אַריבערגעפֿירט װאָס ער האָט געהאַט.
25און אַז יעקבֿ איז געבליבן אַלײן, האָט אַ מאַן זיך געראַנגלט מיט אים ביז דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען. 26און אַז ער האָט געזען אַז ער קען אים נישט בײַקומען, האָט ער אָנגערירט דאָס חלל פֿון זײַן דיך; און דאָס חלל פֿון יעקבֿס דיך איז אױסגעלונקען געװאָרן אין זײַן ראַנגלען זיך מיט אים. 27האָט ער געזאָגט: לאָז מיך אַװעק, װאָרעם דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען. האָט ער געזאָגט: איך װעל דיך נישט אַװעקלאָזן, סײַדן װעסט מיך בענטשן. 28האָט ער צו אים געזאָגט: װאָס איז דײַן נאָמען? האָט ער געזאָגט: יעקבֿ. 29האָט ער געזאָגט: נישט מער זאָל יעקבֿ גערופֿן װערן דײַן נאָמען, נײַערט יִשׂרָאֵל, װאָרעם האָסט געשטריטן מיט אלֹקים און מיט מענטשן, און ביסט בײַגעקומען. 30האָט יעקבֿ געפֿרעגט און האָט געזאָגט: זאָג מיר, איך בעט דיך, דײַן נאָמען. האָט ער געזאָגט: נאָך װאָס דען פֿרעגסטו אױף מײַן נאָמען? און ער האָט אים דאָרטן געבענטשט. 31און יעקבֿ האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט פּניאֵל, װײַל: איך האָב געזען אלֹקים פּנים אֶל פּנים, און מײַן זעל איז ניצול געװאָרן.
32און די זון איז אים אױפֿגעגאַנגען װי ער איז אַריבערגעגאַנגען פּנוּאֵל. און ער האָט געהונקען אױף זײַן דיך. 33דערום עסן נישט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל דעם שפּאַנאָדער װאָס אױפֿן חלל פֿון דיך, ביז אױף הײַנטיקן טאָג; װײַל ער האָט אָנגערירט דאָס חלל פֿון יעקבֿס דיך, דעם שפּאַנאָדער.
Currently Selected:
ברֵאשִית לב: OYTORAH
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.