ברֵאשִית יב
יב
לֶך-לְךֳ
1און ה׳ האָט געזאָגט צו אבֿרמען: גײ דיר אַװעק פֿון דײַן לאַנד, און פֿון דײַן אָפּשטאַם, און פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, צו דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר װײַזן. 2און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק, און איך װעל דיך בענטשן, און גרײסן דײַן נאָמען, און דוּ זאָלסט זײַן אַ ברכה. 3און איך װעל בענטשן די װאָס בענטשן דיך, און דעם װאָס פֿלוכט דיך װעל איך פֿאַרשילטן; און מיט דיר װעלן זיך בענטשן אַלע משפּחות פֿון דער ערד.
4און אבֿרם איז געגאַנגען אַזױ װי ה׳ האָט צו אים גערעדט; און לוֹט איז מיטגעגאַנגען מיט אים. און אבֿרם איז געװען אַ מאַן פֿון פֿינף און זיבעציק יאָר בײַ זײַן אַרױסגײן פֿון חָרָן. 5און אבֿרם האָט גענומען זײַן װײַב שָׂרַין, און זײַן ברודערס זון לוֹטן, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג װאָס זײ האָבן אָנגעקליבן, און די נפֿשות װאָס זײ האָבן זיך אָנגעשאַפֿט אין חָרָן, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צו גײן קײן לאַנד כּנַעַן; און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד כּנַעַן. 6און אבֿרם איז דורכגעגאַנגען דורכן לאַנד ביז דעם אָרט פֿון שכֶם, ביז דעם אײכנבױם מוֹרֶה. און דער כּנַעֲני איז דענצמאָל געװען אין לאַנד.
7און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אבֿרמען, און האָט געזאָגט: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד. און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳ װאָס האָט זיך באַװיזן צו אים.
8און ער האָט זיך איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן צום באַרג, אין מזרח פֿון בֵית-אֵל; און ער האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט מיט בֵית-אֵל פֿון מערבֿ, און עַי פֿון מזרח; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.
9און אבֿרם האָט געצױגן, ציענדיק אַלץ װײַטער צו דָרום.
10איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד, און אבֿרם האָט גענידערט קײן מִצרַיִם, זיך דאָרטן אױפֿצוהאַלטן, װאָרעם דער הונגער איז געװען שװער אין לאַנד. 11און עס איז געװען, װי ער איז געקומען נאָנט צו מִצרַיִם, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַן װײַב שָׂרַין: זע, איך בעט דיך, איך װײס אַז דו ביסט אַ פֿרױ פֿון אַ שײנעם אױסזען. 12איז, װי די מִצרַיִם װעלן דיך זען, אַזױ װעלן זײ זאָגן: דאָס איז זײַן װײַב; און זײ װעלן מיך הרגען, און דיך װעלן זײ לאָזן לעבן. 13זאָג, איך בעט דיך, דו ביסט מײַנע אַ שװעסטער, כּדי מיר זאָל גוט זײַן פֿון דײַנעטװעגן, און מײַן נפֿש זאָל בלײַבן לעבן צוליב דיר.
14און עס איז געװען, װי אבֿרם איז געקומען קײן מִצרַיִם, אַזױ האָבן די מִצרַיִם געזען די פֿרױ, אַז זי איז זײער שײן. 15און די האַרן פֿון פַּרעהן האָבן זי געזען, און האָבן זי פֿאַרלױבט פֿאַר פַּרעהן, און די פֿרױ איז צוגענומען געװאָרן אין פַּרעהס הױז. 16און אבֿרמען האָט ער באַגיטיקט פֿון אירעטװעגן; און ער האָט געקריגן שאָף, און רינדער, און אײזלען, און קנעכט, און דינסטן, און אײזעלינס, און קעמלען.
17האָט ה׳ געפּלאָגט פַּרעהן און זײַן הױזגעזינט מיט גרױסע פּלאָגן פֿון װעגן שָׂרַי, אבֿרמס װײַב. 18און פַּרעה האָט גערופֿן אבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו מיר? פֿאַר װאָס האָסטו מיר נישט געזאָגט אַז זי איז דײַן װײַב? 19למאַי האָסטו געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער, און איך האָב זי גענומען פֿאַר אַ װײַב? און אַצונד, אָט איז דײַן װײַב, נעם און גײ.
20און פַּרעה האָט באַפֿױלן װעגן אים מענטשן, און זײ האָבן אַרױסבאַלײט אים, און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט.
Currently Selected:
ברֵאשִית יב: OYTORAH
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.