ברֵאשִית ז
ז
1און ה׳ האָט געזאָגט צו נֹחן: גײ אַרײַן דו און דײַן גאַנץ הױזגעזינט אין דער תּבֿה, װאָרום דיך האָב איך געזען גערעכט#7.1 ה׳ האָט נישט געשױנט די אַלטע װעלט, נאָר האָט באַהיט נוחן, אַ מבֿשׂר פֿון גערעכטיקײט, מיט זיבן אַנדערע, בשעת ער האָט אַראָפּגעשיקט דאָס מבול אױף אַ װעלט פֿון רשָעים. פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור. 2פֿון אַלע רײנע בהמות זאָלסטו דיר נעמען צו זיבן און זיבן, איטלעכס מיט זײַן פּאָר; און פֿון די בהמות װאָס זײ זײַנען נישט רײן, צו צװײ, איטלעכס מיט זײַן פּאָר. 3אױך פֿון די פֿױגלען פֿון הימל צו זיבן און זיבן, אַן ער און אַ זי, כּדי צו דערהאַלטן זאָמען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. 4װאָרום אין זיבן טעג אַרום, מאַך איך רעגענען אױף דער ערד פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, און איך װעל אָפּמעקן דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס איך האָב געמאַכט, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 5און נֹח האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן.
6און נֹח איז געװען זעקס הונדערט יאָר אַלט, װען דער מבול איז געװען אױף דער ערד. 7און נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּבֿה, פֿון װעגן דעם װאַסער פֿון מבול. 8פֿון די רײנע בהמות, און פֿון די בהמות װאָס זײַנען נישט רײן, און פֿון די פֿױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, 9זײַנען צו צװײ צו צװײ אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, אַ זָכר און אַ נקבֿה, אַזױ װי אלֹקים האָט באַפֿױלן נֹחן.
10און עס איז געװען צו זיבן טעג, אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול געװען אױף דער ערד. 11אין דעם זעקס הונדערטסטן יאָר פֿון נֹחס לעבן, אין צװײטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אין דעם דאָזיקן טאָג האָבן אױסגעבראָכן אַלע קװאַלן פֿון גרױסן תּהום, און די פֿענצטער פֿון הימל האָבן זיך געעפֿנט. 12און דער רעגן איז געװען אױף דער ערד פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט.
13אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג זײַנען אַרײַנגעגאַנגען נֹח, און שֵם, און חָם, און יֶפֶֿת, נֹחס זין, און נֹחס װײַב, און די דרײַ װײַבער פֿון זײַנע זין מיט זײ, אין דער תּבֿה; 14זײ, און אַלע חיות לױט זײערע מינים, און אַלע בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד לױט זײערע מינים, און אַלע עוֹפֿות לױט זײערע מינים, איטלעך פֿױגל, איטלעך געפֿליגל. 15און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, צו צװײ, צו צװײ פֿון אַלע לײַבער װאָס אין זײ איז דאָ אַן גײַסט פֿון לעבן. 16און די װאָס זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אַ זָכר און אַ נקבֿה פֿון אַלע לײַבער, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן; און ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן הינטער אים.
17און דער מבול איז געװען פֿערציק טעג אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך געמערט, און זײ האָבן געטראָגן די תּבֿה, און זי האָט זיך אױפֿגעהױבן איבער דער ערד. 18און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט, און האָבן זיך זײער געמערט אױף דער ערד, און די תּבֿה איז געגאַנגען אױף דער אײבערפֿלאַך פֿון די װאַסערן. 19און די װאַסערן האָבן זיך זײער זײער געשטאַרקט אױף דער ערד; און עס זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן אַלע הױכע בערג װאָס אונטערן גאַנצן הימל. 20פֿופֿצן אײלן אַריבער האָבן זיך די װאַסערן געשטאַרקט, און די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן. 21און עס איז אומגעקומען יעטװעדער לײַב װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ אַ חיה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש; 22אַלץ װאָס אין זײַנע נאָזלעכער איז געװען אַ הױך פֿון אַ לעבעדיקן גײַסט, אַלץ װאָס אױף דער יבשה, איז געשטאָרבן. 23און ער האָט אָפּגעמעקט דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פֿױגל פֿון הימל; און זײ זײַנען אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער ערד, און נאָר נֹח איז געבליבן, און די װאָס מיט אים אין דער תּבֿה. 24און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט אױף דער ערד הונדערט און פֿופֿציק טעג.
Currently Selected:
ברֵאשִית ז: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh