YouVersion Logo
Search Icon

מארקוס 3

3
קאפיטל דריי
1און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט. 2און זיי האבן געלויערט אויף אים, צי ער וועט אים שבת היילן, כדי זיי זאלן אים אנקלאגן. 3און ער זאגט צו דעם מענטשן, וואס האט געהאט די פארדארטע האנט: שטיי אויף און שטעל דיך אין דער מיטן! 4און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן. 5און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן. 6און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך גלייך באראטן מיט הורדוסנס לייט קעגן אים, וויאזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
7און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען מיט זיינע תלמידים צום ים, און א גרויסער עולם מענטשן פון גליל האט נאכגעפאלגט; און פון יהודה, 8און פון ירושלים, און פון אדום, און פון עבר הירדן, און פון ארום צור און צידון, א גרויסע מאסע מענטשן, הערנדיק די מעשים, וואס ער האט געטאן, זענען זיי געקומען צו אים, 9און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים, אז א קליין שיפל זאל זיין גרייט פאר אים מחמת דעם המון, כדי מען זאל זיך נישט דרענגען אויף אים; 10ווארום ער האט א סך געהיילט, אזוי אז אלע, וואס האבן געהאט א פלאג, זענען געפאלן אויף אים, כדי אים אנצורירן. 11און די אומריינע גייסטער, ווען זיי האבן אים געזען, זענען אנידערגעפאלן פאר אים, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! 12און ער האט זיי שטרענג באפוילן, אז זיי זאלן אים נישט מגלה זיין.
13און ער איז ארויפגעשטיגן אויף דעם בארג, און האט גערופן צו זיך די, וועלכע ער האט געוואלט; און זיי זענען געקומען צו אים. 14און ער האט באשטימט צוועלף, אז זיי זאלן זיין מיט אים, און כדי ער זאל זיי אוועקשיקן צו דרשענען, 15און צו האבן רשות ארויסצוטרייבן בייזע גייסטער. 16און האט באשטימט אָט די צוועלף: שמעונען האט ער צוגעזעצט דעם נאמען פעטרוס; 17און יעקב בן זבדי, און יוחנן, יעקבס ברודער, און זיי האט ער צוגעזעצט דעם נאמען בני רגוש, דאס הייסט זין פון דונער; 18און אנדריי, און פיליפוס, און בר‑תלמי, און מתתיהו, און תומא, און יעקב בן חלפי, און תדי, און שמעון הקנאי, 19און יהודה איש‑קריות, וועלכער האט אים אויך פארראטן.
20און ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז. און עס איז זיך ווידער צוזאמענגעקומען א המון מענטשן, אזוי אז זיי האבן אפילו נישט געקענט עסן ברויט. 21און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען. 22און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער. 23און ער האט זיי גערופן צו זיך, און גערעדט צו זיי מיט משלים; וויאזוי קען דער שׂטן ארויסטרייבן דעם שׂטן? 24און אויב א מלוכה איז צעטיילט קעגן זיך אליין, קען יענע מלוכה נישט האבן קיין קיום. 25און אויב א הויז איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וועט יענץ הויז נישט קענען בלייבן שטיין. 26און אויב דער שׂטן שטייט אויף קעגן זיך אליין, און איז צעטיילט, קען ער נישט האבן קיין קיום, נאר האט דעם סוף. 27קיינער קען נישט אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור און ביי אים צורויבן די זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור; און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז. 28באמת זאג איך אייך: אלע זינד וועלן פארגעבן ווערן צו די מענטשנקינדער, און די לעסטערונגען, וויפל זיי וועלן לעסטערן; 29ווער אבער עס וועט לעסטערן דעם רוח הקודש, דער האט נישט קיין פארגעבונג אויף אייביק, נאר איז חייב אן אייביקע זינד. 30ווייל זיי האבן געזאגט, אז ער האט אן אומריינעם גייסט.
31און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען, און שטייענדיק אינדרויסן האבן זיי געשיקט צו אים, אים צו רופן. 32און עס איז געזעסן ארום אים א המון מענטשן; און מען האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער און דיינע שוועסטער זענען אינדרויסן און זוכן דיך. 33און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער איז מיין מוטער און מיינע ברידער? 34און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער! 35ווארום ווער עס וועט טאן ה׳ס רצון, דער דאזיקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער.

Currently Selected:

מארקוס 3: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in