מארקוס 11
11
קאפיטל עלף
1און ווען זיי דערנענטערן זיך צו ירושלים, צו בית‑פגי און בית‑היני, ביים הר הזיתים, שיקט ער צוויי פון זיינע תלמידים, 2און זאגט צו זיי: גייט אין דעם דארף אריין, וואס איז אנטקעגנאיבער אייך; און גלייך ווי איר וועט אריינקומען אהין, וועט איר געפינען א יונג אייזעלע אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אפ, און ברענגט עס. 3און אויב עמיצער וועט צו אייך זאגן: פארוואס טוט איר דאס? זאלט איר זאגן: דער האר האט עס נייטיק, און שיקט עס באלד צוריק אהער. 4און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען א יונג אייזעלע אנגעבונדן ביי א טיר אינדרויסן ביים שייד וועג; און זיי בינדן עס אפ. 5און אייניקע, וואס זענען דארטן געשטאנען, האבן צו זיי געזאגט: וואס טוט איר, אפבינדנדיק דאס אייזעלע? 6און זיי האבן צו זיי געזאגט אזוי ווי יהושע/ישוע האט באפוילן; און זיי האבן זיי געלאזט. 7און זיי ברענגען דאס יונגע אייזעלע צו יהושען/ישוען, און לייגן ארויף דערויף זייערע מלבושים; און ער האט זיך דערויף ארויפגעזעצט. 8און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער. 9און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, און די, וואס זענען נאכגעגאנגען, האבן געשריגן: הושענא! געלויבט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר! (ברוך הבא בשם ה׳) 10געבענטשט איז דאס מלכות פון אונדזער פאטער דוד, וואס קומט! הושענא במרומים! (תהלים קיח, כו.)
11און ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים אין בית המקדש אריין; און נאך דעם ווי ער האט זיך אויף אלעם ארומגעקוקט, ווייל עס איז שוין געווען א שפעטע אוונט שעה, איז ער ארויסגעגאנגען קיין בית‑היני צוזאמען מיט די צוועלף.
12און צומארגנס, ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון בית‑היני, איז ער געווארן הונגעריק. 13און דערזעענדיק פונדערווייטנס א פייגנבוים, וואס האט געהאט בלעטער, איז ער אהינגעגאנגען, אפשר וועט ער עפעס געפינען אויף אים; און ווען ער איז צוגעקומען צו אים, האט ער גארנישט געפונען אחוץ בלעטער; ווארום עס איז נישט געווען דער זמן פון פייגן. 14און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: עס זאל מער ביז אויף אייביק קיינער נישט עסן פון דיר קיין פרי! און זיינע תלמידים האבן עס געהערט.
15און זיי קומען קיין ירושלים. און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש. און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די, וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלט וועקסלער, און די בענק פון די פארקויפער פון טויבן. 16און ער האט נישט דערלאזט, אז עמיצער זאל דורכטראגן א כלי דורך דעם בית המקדש. 17און ער האט זיי געלערנט, און האט צו זיי געזאגט: צי שטייט דען נישט געשריבן: מיין הויז זאל גערופן ווערן א בית תפילה פאר אלע פעלקער? (ישעיהו נו, ז.) איר אבער האט עס געמאכט פאר א רויבער הייל! (ירמיהו ז, יא.) 18און די הויפט כהנים און די סופרים האבן עס געהערט. און זיי האבן געזוכט וויאזוי אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פאר אים, ווייל דער גאנצער המון מענטשן האט געשטוינט איבער זיין לערנונג.
19און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער ארויסגעגאנגען אויסער דער שטאט. 20און ווען זיי זענען פארבייגעגאנגען אינדערפרי, האבן זיי געזען דעם פייגנבוים פארטריקנט ביז צו די ווארצלען. 21און פעטרוס האט זיך דערמאנט און זאגט צו אים: רבי, זע, דער פייגנבוים, וועלכן דו האסט פארפלוכט, איז פארדארט געווארן! 22און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: האט אמונה אין ה׳! 23באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט זאגן צום דאזיקן בארג: הויב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין! און וועט נישט זיין מסופק אין זיין הארצן, נאר וועט גלויבן, אז וואס ער זאגט וועט געשען, וועט עס (אזוי) זיין פאר אים. 24דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך. 25און ווען איר האט זיך אוועקגעשטעלט און זענט מתפלל, זאלט איר מוחל זיין, אויב איר האט עפעס קעגן וועמען; כדי אויך אייער פאטער אין הימל זאל אייך מוחל זיין אייערע עבירות. 26אויב אבער איר וועט נישט מוחל זיין, וועט אייער פאטער אין הימל אייך אויך נישט פארגעבן אייערע עבירות.
27און זיי קומען ווידער קיין ירושלים. און בשעת ער איז ארומגעגאנגען אין בית המקדש, קומען צו אים די הויפט כהנים, און די סופרים, און די זקנים; 28און זאגן צו אים: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות, כדי דו זאלסט טאן די דאזיקע זאכן? 29און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן איין קשיא, און ענטפערט מיר, און איך וועל אייך זאגן, מיט וועלכן רשות איך טו די דאזיקע זאכן. 30צי איז די מקווה פון יוחנן געווען מן השמים, אדער פון מענטשן? ענטפערט מיר! 31און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: מן השמים, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט? 32וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן?—האבן זיי מורא געהאט פארן המון; ווארום אלע האבן געהאלטן, אז יוחנן איז ווירקלעך געווען א נביא. 33און ענטפערנדיק זאגן זיי צו יהושען/ישוען: מיר ווייסן נישט! און יהושע/ישוע זאגט צו זיי; זאג איך אייך אויך נישט, מיט וואס פאר א רשות איך טו די דאזיקע זאכן!
Currently Selected:
מארקוס 11: OYBC
Highlight
Share
Copy
![None](/_next/image?url=https%3A%2F%2Fimageproxy.youversionapi.com%2F58%2Fhttps%3A%2F%2Fweb-assets.youversion.com%2Fapp-icons%2Fen.png&w=128&q=75)
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.