YouVersion Logo
Search Icon

מתתיהו 27

27
קאפיטל זיבן און צוואנציק
1און צומארגנס אינדערפרי האבן אלע הויפט כהנים און זקנים פון פאלק אנגענומען א באשלוס קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן; 2און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.
3דעמאלט אז יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געזען, דאס ער איז פארמשפט געווארן, האט ער חרטה געהאט, און אומגעקערט די דרייסיק שטיק זילבער צו די הויפט כהנים און זקנים, 4אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם! 5און ער האט א ווארף געטאן די זילבער שטיק אין היכל אריין, און איז אוועק! און איז געגאנגען און האט זיך אויפגעהאנגען. 6און די הויפט כהנים האבן גענומען די זילבער שטיק, און געזאגט: מען טאר זיי נישט אריינלייגן אין דעם אוצר הקרבנות, ווייל עס איז בלוט געלט. 7און נאך דעם ווי זיי האבן זיך באראטן, האבן זיי דערמיט געקויפט דעם טעפערס פעלד, א קבורה פאר די גרים. 8דערפאר הייסט יענץ פעלד דאס בלוט פעלד ביז צום היינטיקן טאג. 9דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געווארן געזאגט דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן: און זיי האבן גענומען די דרייסיק שטיק זילבער, דעם ווערט פון דעם געשעצטן, וועמען זיי האבן געשאצט, פון די קינדער ישראל; 10און האבן זיי געגעבן פאר דעם טעפערס פעלד, לויט ווי דער האר האט מיר געבאטן.
11און יהושע/ישוע איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע האט געזאגט; דו זאגסט עס! 12און ווען ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די הויפט כהנים און זקנים, האט ער גארנישט געענטפערט. 13דעמאלט זאגט פילאטוס צו אים: דו הערסט נישט, וואס זיי זאגן אלץ אויס קעגן דיר? 14און ער האט אים נישט געענטפערט, אפילו נישט אויף איין איינציק ווארט, אזוי, אז דער גובערנאטאר האט זיך זייער געוואונדערט. 15און אויף יעדן יום טוב איז דער גובערנאטאר געווען געוואוינט צו באפרייען פאר דעם פאלק איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן געוואלט. 16און זיי האבן דעמאלט געהאט א גוט באקאנטן געפאנגענעם, וואס האט געהייסן בר‑אבא. 17דעריבער ווען זיי האבן זיך פארזאמלט, האט פילאטוס צו זיי געזאגט: וועמען ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען, בר‑אבאן אדער יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? 18מחמת ער האט געוואוסט, אז צוליב קנאה האבן זיי אים איבערגעגעבן. 19און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים! 20די הויפט כהנים אבער און די זקנים האבן איבערגערעדט די המונים מענטשן, אז זיי זאלן פארלאנגען בר‑אבאן, יהושען/ישוען אבער צו לאזן אומברענגען. 21און דער גובערנאטאר האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וועלכן פון די ביידע ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען? און זיי האבן געזאגט: בר‑אבאן! 22זאגט פילאטוס צו זיי: און וואס זאל איך טאן מיט יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? זאגן אלע: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים! 23און ער האט געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים! 24און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט. 25און דער גאנצער עולם האט ענטפערנדיק געזאגט; זיין בלוט אויף אונדז, און אויף אונדזערע קינדער! 26דאן האט ער זיי באפרייט בר‑אבאן; יהושען/ישוען אבער האט ער געלאזט שמייסן און אים איבערגעגעבן, אז ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים ווערן.
27דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג. 28און זיי האבן אים אויסגעטאן, און ארויפגעלייגט אויף אים א פורפור מאנטל. 29און געפלאכטן א קרוין פון דערנער און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים געגעבן א רוט אין זיין רעכטער האנט; האבן געבויגן די קני פאר אים, און אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: שלום צו דיר, קעניג פון די יידן! 30און האבן געשפיגן אויף אים, און גענומען די רוט און אים געשלאגן אויפן קאפ. 31און ווען זיי האבן געהאט אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דעם מאנטל, און אים אנגעטאן זיינע אייגענע מלבושים, און האבן אים אוועקגעפירט אויפהענגען אויף דער בוים צו ווערן.
32און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים. 33און זענען געקומען צו אן ארט, וואס הייסט גלגלתא, דאס באטייט אן ארט פון א שארבן, 34און האבן אים געגעבן צו טרינקען וויין געמישט מיט גאל; און ער האט עס טועם געווען און נישט געוואלט טרינקען. 35און נאך דעם ווי זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האבן זיי זיך צעטיילט זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל, 36און האבן זיך אנידערגעזעצט און אים דארט באוואכט. 37און זיי האבן געזעצט איבער זיין קאפ זיין באשולדיקונג, געשריבן: דאס איז יהושע/ישוע דער קעניג פון די יידן. 38צו דער צייט ווערן מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים צוויי גזלנים, איינער פון דער רעכטער זייט, און איינער פון דער לינקער זייט. 39און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק מיט זייערע קעפ, 40און זאגנדיק; דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טאג, ראטעווע דיך אליין! אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, קום אראפ פון בוים! 41דעסגלייכן האבן אויך די הויפט כהנים מיט די סופרים און זקנים אפגעשפאט פון אים, און געזאגט: 42אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. ער איז דער מלך פון ישראל; זאל ער איצט אראפקומען פון בוים, און מיר וועלן גלויבן אין אים! 43ער האט געהאט בטחון אויף ה׳; זאל ער אים איצט מציל זיין, אויב ער וויל אים. ער האט דאך געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער! 44און דאס זעלביקע האבן אויך די גזלנים, וואס זענען אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן מיט אים, אים פארגעווארפן.
45און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. 46און ארום דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: אלי אלי למה שבקתני! דאס באטייט: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזט? 47און ווען אייניקע פון די, וואס זענען דארט געשטאנען, האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער רופט אליהון! 48און באלד איז איינער פון זיי געלאפן, און גענומען א שוואם, און זי אנגעפילט מיט עסיק, און ארויפגעטאן אויף א שטעקן, און האט אים געגעבן צו טרינקען. 49די איבריקע אבער האבן געזאגט: ווארט, לאמיר זען, צי אליהו קומט אים ראטעווען. 50און יהושע/ישוע האט נאכאמאל א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און האט אפגעגעבן זיין גייסט. 51און זע, דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען פון אויבן ביז אראפ; און די ערד האט געציטערט; און די פעלדזן האבן זיך געשפאלטן; 52און די קברים האבן זיך געעפנט; און א סך לייבער פון די איינגעשלאפענע קדושים זענען אויפגעשטאנען; 53און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך. 54און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער! 55און דארט זענען געווען א סך פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, וועלכע האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען פון גליל, באדינענדיק אים; 56צווישן זיי איז געווען מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב און יוסי, און די מוטער פון זבדיס קינדער.
57און ווען עס איז געווארן אוונט, איז געקומען א רייכער מאן פון הרמתים, זיין נאמען איז געווען יוסף, וואס איז אליין אויך געווען ישועס תלמיד. 58דער דאזיקער איז געגאנגען צו פילאטוסן, און האט באגערט ישועס קערפער. דעמאלט האט פילאטוס באפוילן, אז עס זאל אים געגעבן ווערן. 59און יוסף האט גענומען דעם קערפער, און אים איינגעוויקלט אין א ריין ליילעך, 60און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען. 61עס איז אבער דארטן געווען מרים פון מגדלה, און די אנדערע מרים, וועלכע האבן זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם קבר.
62און צומארגנס, וואס איז נאך ערב שבת, האבן די הויפט כהנים און די פרושים זיך פארזאמלט ביי פילאטוסן, 63און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין. 64באפעל זשע, אז דאס קבר זאל געהאלטן ווערן זיכער ביז צום דריטן טאג, טאמער וועלן די תלמידים קומען און אים אוועקגנבענען, און זאגן דעם פאלק: ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דער לעצטער באטרוג וועט זיין ערגער פונם ערשטן. 65האט פילאטוס צו זיי געזאגט: איר זאלט האבן א וואך! גייט און מאכט זיכער ווי איר פארשטייט. 66און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.

Currently Selected:

מתתיהו 27: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in