יוחנן 2
2
קאפיטל צוויי
1און דעם דריטן טאג איז געווען א חתונה אין קנה פון גליל; און ישועס מוטער איז דארטן געווען, 2און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה. 3און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין. 4און יהושע/ישוע זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען. 5זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן. 6און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער. 7זאגט יהושע/ישוע צו זיי: פילט אָן די געפעסן מיט וואסער. און זיי האבן די דאזיקע אנגעפילט ביז ארויף. 8און ער זאגט צו זיי: איצט שעפט אָן און טראגט עס צו דעם, וואס זיצט אויבנאן. און זיי האבן עס געטראגן. 9ווי אבער דער, וואס איז געזעסן אויבנאן האט טועם געווען דאס וואסער, וואס איז געווארן וויין, און האט נישט געוואוסט פונוואנען עס איז—די סארווערס אבער, וואס האבן געשעפט דאס וואסער, האבן יא געוואוסט—רופט דער, וואס איז געזעסן אויבנאן דעם חתן, 10און זאגט צו אים: יעדער מענטש שטעלט קודם כל אוועק דעם גוטן וויין, און ווען מען האט זיך שוין אנגעטרונקען, דעמאלט דעם ערגערן; און דו האסט באהאלטן דעם גוטן וויין ביז איצט. 11דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.
12נאך דעם איז ער אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, ער און זיין מוטער און די ברידער און זיינע תלמידים, און זענען דארט פארבלייבן נישט קיין סך טעג. 13און דער יידישער פסח איז געווען נאענט, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. 14און האט געפונען אין בית המקדש די פארקויפער פון רינדער און שאף און טויבן, און די געלט וועקסלער זיצן. 15און ער האט געמאכט א קאנטשיק פון שטריקלעך און אלעמען ארויסגעטריבן פונם בית המקדש מיט די שאף און די רינדער; און אויסגעשיט דאס געלט פון די אויסבייטער און די טישן אומגעקערט; 16און צו די, וואס האבן פארקויפט טויבן, האט ער געזאגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאכט נישט פון מיין פאטערס הויז א הויז פון מסחר. 17זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן:
דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט.
(תהלים סט, י.)
18די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן? 19האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: צעשטערט דעם דאזיקן היכל, און אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן. 20אזוי האבן די יידן געזאגט: זעקס און פערציק יאר איז דער דאזיקער היכל געבויט געווארן, און דו שטעלסט אים אויף אין דריי טעג? 21ער אבער האט גערעדט וועגן דעם היכל פון זיין אייגענעם גוף. 22דעריבער, ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, האבן זיך זיינע תלמידים דערמאנט, אז ער האט דאס דאזיקע געזאגט; און האבן געגלויבט אין דער (הייליקער) שריפט און אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט געזאגט.
23און בעת ער איז געווען אין ירושלים דעם יום טוב פסח, האבן א סך געגלויבט אין זיין נאמען, זעענדיק די נסים, וואס ער האט געטאן. 24יהושע/ישוע אליין אבער האט זיך זיי נישט פארטרויט, ווייל ער האט אלעמען געקענט, 25און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן.
Currently Selected:
יוחנן 2: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.