YouVersion Logo
Search Icon

די שליחים געשיכטע 7

7
קאפיטל זיבן
1און דער כהן גדול האט געזאגט: צי איז עס טאקע אזוי? 2ער אבער האט געזאגט:
ברידער און פאטערס, הערט! דער ג-ט פון כבוד האט זיך באוויזן צו אונדזער פאטער אברהם, בשעת ער איז געווען אין ארם נהרים, איידער ער האט געוואוינט אין חרן, 3און געזאגט צו אים: גיי ארויס פון דיין לאנד און פון דיין משפחה, און גיי אין דעם לאנד אריין, וואס איך וועל דיר ווייזן. 4איז ער דעמאלט ארויסגעגאנגען אויס דעם לאנד פון די כשדים און האט געוואוינט אין חרן, און פון דארטן, נאך דעם ווי זיין פאטער איז געשטארבן, האט ער אים אריבערגעברענגט אין דעם דאזיקן לאנד אריין, אין וועלכן איר וואוינט איצט. 5און האט אים דרינען נישט געגעבן קיין ירושה, אפילו נישט אן ארט, וואו א פוס אנידערצושטעלן, נאר עס אים צוגעזאגט צו געבן פאר א באזיץ און צו זיין זאמען נאך אים, בשעת ער האט נאך נישט געהאט קיין קינד. 6און ה׳ האט צו אים אזוי גערעדט: אז זיין זאמען וועט זיין א גר אין א פרעמד לאנד, און מען וועט זיי פארקנעכטן און פייניקן פיר הונדערט יאר לאנג. 7און דאס פאלק, וואס וועט זיי פארקנעכטן, וועל איך משפטן, האט ה׳ געזאגט, און דערנאך וועלן זיי ארויסגיין און מיך דינען אויף דעם דאזיקן ארט. 8און האט אים געגעבן דעם בונד (ברית) פון מילה; און אזוי האט ער (אברהם) געבוירן יצחקן און אים מל געווען דעם אכטן טאג, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב—די צוועלף ראשי האבות. 9און די ראשי האבות, מקנא זייענדיק יוספן, האבן אים פארקויפט קיין מצרים; און ה׳ איז געווען מיט אים, 10און האט אים מציל געווען פון אלע זיינע צרות, און אים געשענקט חן און חכמה פאר פרעהן, דעם מלך פון מצרים; און ער האט אים באשטימט פאר א מושל איבער מצרים און איבער זיין גאנץ הויז. 11און עס איז געווארן א הונגער איבער גאנץ מצרים און כנען, און א גרויסע צרה, און אונדזערע עלטערן האבן נישט געפונען קיין שפייז. 12ווען אבער יעקב האט געהערט, אז עס איז דא ווייץ אין מצרים, האט ער דאס ערשטע מאל ארויסגעשיקט אונדזערע פאטערס. 13און דאס אנדערע מאל האט יוסף זיך געלאזט דערקענען צו זיינע ברידער, און יוספס אפשטאמונג איז באקאנט געווארן צו פרעהן. 14און יוסף האט געשיקט און גערופן זיין פאטער יעקב און די גאנצע משפחה, (פינף און) זיבעציק נפשות. 15און יעקב האט אראפגענידערט קיין מצרים, און איז געשטארבן און אונדזערע פאטערס, 16און מען האט זיי אריבערגעברענגט קיין שכם און געלייגט אין דעם קבר, וואס אברהם האט געקויפט פאר א געלט פרייז פון חמורס זין אין שכם. 17און אזויווי עס האט זיך דערנענטערט די צייט פון דער הבטחה, וועגן וועלכער ה׳ האט צוגעשוואוירן צו אברהמען, איז דאס פאלק געוואקסן און זיך פארמערט אין מצרים, 18ביז איבער מצרים איז אויפגעשטאנען אן אנדערער קעניג, וועלכער האט נישט געקענט יוספן. 19דער דאזיקער האט געהאנדלט מיט כיטרעקייט קעגן אונדזער פאלק, און געפייניקט אונדזערע עלטערן, אז זיי זאלן ארויסווארפן זייערע נייגעבוירענע קינדער, כדי זיי זאלן נישט בלייבן לעבן. 20אין דער צייט איז משה געבוירן געווארן, און געווען שיין פאר ה׳, און איז דריי חדשים לאנג גענערט געווארן אין זיין פאטערס הויז. 21און ווען מען האט אים ארויסגעווארפן, האט פרעהס טאכטער אים גענומען און דערצויגן פאר זיך פאר א זון. 22און משה איז געלערנט געווארן אין יעדער חכמה פון די מצריים, און געווען א גיבור אין זיינע ווערטער און מעשים. 23און ווען ער איז אלט געווארן פערציק יאר, איז אים געקומען אויפן הארצן צו באזוכן זיינע ברידער די קינדער ישראל. 24און זעענדיק איינעם ליידן אן עוולה, האט ער זיך אנגענומען און נוקם געווען פאר דעם געליטענעם, דערשלאגנדיק דעם מצרי. 25און האט געמיינט, אז זיינע ברידער וועלן פארשטיין, אז ה׳ גיט זיי ישועה דורך זיין האנט, זיי אבער האבן נישט פארשטאנען. 26און דעם אנדערן טאג האט ער זיך באוויזן צו זיי, בשעת זיי האבן זיך געקריגט, און האט געוואלט מאכן שלום צווישן זיי, און געזאגט: מענער, איר זענט (דאך) ברידער, פארוואס טוט איר אן עוולה איינער דעם אנדערן? 27און דער, וואס האט באעוולט זיין חבר, האט אים אפגעשטויסן, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט איבער אונדז? 28צי ווילסטו מיך הרגענען, אזוי, ווי דו האסט נעכטן געהרגעט דעם מצרי? 29איז משה אנטלאפן איבער דעם דאזיקן ווארט און געווען א פרעמדער אינם לאנד פון מדין, וואו ער האט געבוירן צוויי זין. 30און ווען פערציק יאר זענען דערפילט געווארן, האט זיך א מלאך באוויזן צו אים אין דער מדבר ביים בארג סיני אין א פלאם פייער פון דעם סנה. 31און זעענדיק עס, האט משה זיך געוואונדערט איבער דער דערשיינונג; און בשעת ער איז צוגעגאנגען, זי צו באטראכטן, איז געקומען דאס קול פונם האר (ה׳): 32איך בין דער ג‑ט פון דיינע אבות, דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב. און משה האט געציטערט און זיך נישט אונטערגעשטעלט צו קוקן. 33און דער האר האט צו אים געזאגט: נעם אראפ די שיך פון דיינע פיס, ווארום דאס ארט, אויף וועלכן דו שטייסט, איז הייליקע ערד. 34זען האב איך געזען דאס ליידן פון מיין פאלק, וועלכעס איז אין מצרים, און האב געהערט זייער זיפצן, און בין אראפגענידערט זיי אויסצולייזן; און איצט קום, איך וועל דיך שיקן קיין מצרים. 35דעם דאזיקן משה, וועמען זיי האבן פארלייקנט, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט? אים האט ה׳ געשיקט ווי א שר און גואל, דורך דער האנט פון דעם מלאך, וואס האט זיך באוויזן צו אים אין דעם סנה. 36ער האט זיי ארויסגעפירט, טוענדיק אותות און מופתים אינם לאנד מצרים און אינם ים סוף און אין דער מדבר פערציק יאר לאנג. 37דאס איז דער משה, וועלכער האט געזאגט צו די קינדער ישראל: א נביא וועט דער האר אייער ג‑ט אייך אויפשטעלן פון אייערע ברידער, גלייך צו מיר; אים זאלט איר הערן. (דברים יח, טו.) 38ער איז עס, וואס איז געווען אין דער עדה אין דער מדבר מיט דעם מלאך, וועלכער האט גערעדט צו אים אויפן בארג סיני, און מיט אונדזערע עלטערן; ער האט באקומען דברים חיים צו געבן צו אונדז; 39צו וועמען אונדזערע פאטערס האבן נישט געוואלט זיין געהארכזאם, נאר האבן אים אפגעשטויסן און אין זייערע הערצער זיך געקערט קיין מצרים, 40און געזאגט צו אהרנען: מאך אונדז ג‑טער, וואס זאלן גיין פאר אונדז; ווארום דער דאזיקער משה, וועלכער האט אונדז ארויסגעפירט אויס דעם לאנד מצרים, ווייסן מיר נישט וואס עס איז געשען צו אים. 41און האבן געמאכט א קאלב אין יענע טעג, און געברענגט א קרבן צום אפג‑ט און זיך געפריידט מיט די מעשים פון זייערע הענט. 42און ה׳ האט זיך אוועקגעקערט און זיי איבערגעגעבן צו דינען די הערשאפן פון הימל, אזויווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די נביאים:
צי האט איר מיר (דען) מקריב געווען זבחים
און מנחות פערציק יאר אין דער מדבר,
אָ בית ישראל?
43און איר האט אויפגענומען דאס געצעלט פון מולך
און דעם שטערן פון דעם ג‑ט רמפן (ראמפאן),
די בילדער, וואס איר האט געמאכט,
זיך צו בוקן צו זיי.
און איך וועל אייך פארטרייבן אויף יענער זייט בבל.
(ירמיהו ז, יח; יט, יג; עמוס ה, כה-כז.)
44דאס מישכן העדות איז געווען ביי אונדזערע עלטערן אין דער מדבר, אזויווי ער האט באפוילן, וועלכער האט גערעדט צו משהן, אז ער זאל עס מאכן לויט דעם געשטאלט, וואס ער האט געזען. 45וועלכעס אונדזערע עלטערן מיט יהושע האבן גענומען און אויך אריינגעברענגט אין דעם אייגנטום פון די פעלקער, וואס ה׳ האט ארויסגעטריבן פון פאר אונדזערע עלטערנס פנים, ביז צו די טעג פון דוד; 46וועלכער האט געפונען חן ביי ה׳, און האט געבעטן צו געפינען א געצעלט פאר דעם ג‑ט פון יעקב. 47שלמה אבער האט געבויט פאר אים א הויז. 48נאר דער אויבערשטער וואוינט נישט אין (הייזער), וואס זענען פון הענט געמאכט, ווי דער נביא זאגט:
49דער הימל איז מיין טראן,
און די ערד—דאס פוסבענקעלע פאר מיינע פיס;
וואס פאר א הויז וועט איר מיר בויען?
זאגט דער האר (ג‑ט);
אדער וועלכעס איז דאס ארט פון מיין מנוחה?
50צי האט דען נישט מיין האנט
געמאכט די דאזיקע אלע זאכן?
(ישעיהו סו, א-ב.)
51איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר. 52וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן; 53איר, וועלכע האבן מקבל געווען די תורה דורך דער פארמיטלונג פון מלאכים, און האבן זי (דאך) נישט געהאלטן!
54און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געקריצט מיט די ציין אויף אים. 55און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט, 56און האט געזאגט: אָט זע איך די הימלען געעפנט און דעם בר אנש שטיין אויף דער רעכטער זייט פון ה׳. 57און זיי האבן א געשריי געטאן מיט א הויך קול און זיך פארשטאפט די אויערן, און אלע אינאיינעם האבן זיך א ווארף געטאן אויף אים, 58און אים ארויסגעשטויסן אויסער דער שטאט און געשטייניקט; און די עדות האבן אוועקגעלייגט זייערע מלבושים ביי די פיס פון א יונגנמאן, וואס האט געהייסן שאול. 59און האבן געשטייניקט סטעפאנוסן, בשעת ער האט אויסגערופן און געזאגט: האר יהושע/ישוע, נעם אויף מיין גייסט. 60און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in