YouVersion Logo
Search Icon

די שליחים געשיכטע 3

3
קאפיטל דריי
1און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער. 2און א מאן, א לאמען פון זיין מוטערס לייב, האט מען געברענגט צו טראגן, וועלכן מען פלעגט אנידערזעצן יעדן טאג ביים טויער פון בית המקדש, וואס האט געהייסן שער המהודר, צו בעטן נדבות פון די, וואס זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין. 3דערזעענדיק פעטרוסן און יוחנן, וועלכע האבן געהאלטן ביים אריינגיין אין בית המקדש, האט ער (זיי) געבעטן א נדבה. 4פעטרוס אבער האט אויף אים א בליק געטאן מיט יוחנן און געזאגט: קוק אויף אונדז. 5און ער האט געווענדט זיין פנים צו זיי, האפנדיק עפעס פון זיי צו באקומען. 6פעטרוס אבער האט געזאגט: זילבער און גאלד האב איך נישט, נאר וואס איך האב יא, דאס גיב איך דיר. אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, שטיי אויף און גיי. 7און ער האט אים אנגעכאפט ביי דער רעכטער האנט און אים אויפגעשטעלט; און אין אן אויגנבליק זענען זיינע פיס און קנעכלעך געשטארקט געווארן. 8און ער איז אויפגעשפרונגען און האט זיך אנידערגעשטעלט, און איז ארומגעגאנגען; און איז אריינגעגאנגען מיט זיי אין בית המקדש אריין, ארומגייענדיק און שפרינגענדיק און לויבנדיק ה׳. 9און דאס גאנצע פאלק האט אים געזען ארומגיין און לויבן ה׳. 10און מען האט אים דערקענט, אז דאס איז דער, וואס פלעגט זיצן אויף נדבות ביים שער המהודר פון בית המקדש, און זיי זענען פול געווארן מיט שטוינען און פארוואונדערונג איבער דעם, וואס איז אים געשען.
11און בשעת ער האט זיך געהאלטן צו פעטרוסן און יוחנן, איז דער גאנצער עולם זיך צוזאמענגעלאפן צו זיי צו דעם פאליש, וואס האט געהייסן אולם של שלמה, אויסער זיך פון שטוינען. 12און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין? 13דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען. 14איר אבער האט פארלייקנט דעם קדוש און צדיק, און פארלאנגט אז א מאן א רוצח זאל אייך באגנעדיקט ווערן, 15און האט געטייט דעם שר החיים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, פון וואס מיר זענען עדות. 16און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען. 17און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים. 18אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן. 19דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן, 20אז עס זאלן קומען צייטן פון דערקוויקונג פון דעם פנים פון דעם האר, און אז ער זאל אייך שיקן דעם פארויסבאשטימטן משיח יהושע/ישוע, 21וועמען דער הימל מוז אויפנעמען ביז צו דער צייט, ווען אלץ וועט צוריקגעשטעלט ווערן, פון וועלכן ה׳ האט גערעדט פון אייביק אָן דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. 22ווארום משה (רבינו) האט געזאגט:
א נביא, גלייך צו מיר, וועט דער האר ג‑ט אויפשטעלן צו אייך, פון צווישן אייערע ברידער; אים זאלט איר הערן לויט אלעם, וואס ער וועט צו אייך רעדן; 23און עס וועט זיין, אז יעדעס נפש, וואס וועט יענעם נביא נישט הערן, זאל פארטיליקט ווערן פון דעם פאלק.
(דברים יח, טו, יט.)
24און אלע נביאים פון שמואל אָן און די, וואס זענען געווען נאך אים, וואס האבן גערעדט, האבן אויך אנגעזאגט די דאזיקע טעג. 25איר זענט די קינדער פון די נביאים, און פון דעם בונד (ברית), וואס ה׳ האט געמאכט מיט אייערע אבות, ווען ער האט געזאגט צו אברהמען:
און דורך דיין זאמען וועלן געבענטשט ווערן
אלע משפחות פון דער ערד.
(בראשית כב, יח.)
26צו אייך קודם כל האט ה׳ אויפגעשטעלט זיין קנעכט און אים געשיקט אייך צו בענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פון זיינע (מעשים) רעים.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in