YouVersion Logo
Search Icon

די שליחים געשיכטע 10

10
קאפיטל צען
1און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע, 2א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳. 3ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס! 4און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳. 5און איצט שיק מענער קיין יפו און לאז רופן שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; 6ער שטייט איין ביי א געוויסן שמעון, א גארבער, וועמעס הויז איז ביים ים. 7און ווי דער מלאך, וואס האט גערעדט צו אים, איז אוועק, האט ער גערופן צוויי פון זיינע דינער, און א ג‑טספארכטיקן זעלנער פון די, וועלכע זענען תמיד ביי אים געווען; 8און האט זיי אלץ דערקלערט, און זיי אוועקגעשיקט קיין יפו.
9און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה; 10און איז הונגעריק געווארן, און געוואלט (עפעס) טועם זיין; נאר בשעת מען האט צוגעגרייט (דאס עסן), איז געפאלן אויף אים אן טראנס; 11און ער האט געזען דעם הימל אויפגעמאכט, און עפעס א געפעס אראפקומען, ווי א גרויס ליילעך, אנגעבונדן אויף די פיר עקן, און אראפגעלאזט אויף דער ערד; 12אין וועלכן עס האבן זיך געפונען אלע פירפיסיקע חיות און שרצים פון דער ערד און פייגל פון הימל. 13און עס איז געקומען א קול צו אים: שטיי אויף, פעטרוס, שחט און עס. 14פעטרוס אבער האט געזאגט: האר, בשום אופן נישט, ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן וואס איז טמא און טריפה. 15און ווידער איז א קול געקומען צו אים צום צווייטן מאל: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, דאס זאלסטו נישט (רופן) טמא. 16און דאס איז געשען דריי מאל; און גלייך איז דאס געפעס ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
17און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער, 18און האבן גערופן און געפרעגט, צי שמעון, וועמען מען רופט פעטרוס, שטייט דא איין.
19און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך. 20נאר שטיי אויף, גיי אראפ, און פאר מיט זיי, צווייפל גארנישט; ווייל איך האב זיי געשיקט. 21און פעטרוס איז אראפגעגאנגען צו די מענער, און האט געזאגט: אָט בין איך, וועמען איר זוכט; וואס פאר א סיבה איז עס, צוליב וועלכער איר זענט געקומען? 22האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר. 23דעמאלט האט פעטרוס זיי אריינגערופן און אויפגענומען גאסטפריינדלעך.
און צומארגנס איז ער אויפגעשטאנען און איז אוועק מיט זיי, און אייניקע פון די ברידער אין יפו זענען מיטגעגאנגען מיט אים. 24און דעם אנדערן טאג זענען זיי אריינגעקומען קיין קיסריה. קארנעליוס אבער האט שוין געווארט אויף זיי, האבנדיק צוזאמענגערופן זיינע קרובים און די אינטימע פריינד. 25און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז אריינגעקומען, אז אנטקעגנגייענדיק אים, איז קארנעליוס אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס און האט זיך געבוקט. 26פעטרוס אבער האט אים אויפגעהויבן, און געזאגט: שטיי אויף; איך אליין בין אויך נאר א מענטש. 27און רעדנדיק מיט אים, איז ער אריינגעגאנגען, און האט געפונען א סך צונויפגעקומענע; 28און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא. 29היות איך בין גערופן געווארן, בין איך דערפאר געקומען אָן איינווענד. איך פרעג דעריבער, צוליב וואס האט איר מיך געלאזט רופן? 30און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים, 31און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳. 32שיק דעריבער קיין יפו, און לאד איין שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; ער שטייט איין אינם הויז פון שמעון, א גארבער, ביים ים. 33דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר. 34און פעטרוס, האט אויפגעמאכט זיין מויל און געזאגט:
אויף אן אמת בין איך משיג, אז ה׳ איז נישט קיין נושא פנים; 35נאר אין יעדן פאלק, ווער עס פארכט זיך פאר אים און טוט צדקה, איז אנגענומען ביי אים. 36דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע— 37קענט איר; און איר קענט די זאך, וואס איז געשען איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, וועלכע האט זיך אנגעהויבן פון גליל נאך דער מקווה, וואס יוחנן האט אויסגערופן— 38ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים. 39און מיר זענען עדות וועגן אלעם, וואס ער האט געטאן אין דעם לאנד יהודה און אין ירושלים; אים האבן זיי אויך אומגעבראכט, אויפהענגענדיק אים אויף א בוים. 40דעם דאזיקן האט ה׳ אויפגעוועקט דעם דריטן טאג, און אים געגעבן אנטפלעקט צו ווערן, 41(דאך) נישט צום גאנצן פאלק, נאר צו עדות, וועלכע זענען פארויס אויסדערוויילט געווארן פון ה׳, צו אונדז, וואס האבן געגעסן און געטרונקען מיט אים נאך זיין אויפשטיין פון די טויטע. 42און ער האט אונדז באפוילן אויסצורופן צום פאלק און עדות צו זאגן, אז ער איז דער פון ה׳ באשטימטער שופט פון די לעבעדיקע און טויטע. 43אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.
44בשעת פעטרוס האט נאך גערעדט די דאזיקע ווערטער, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף אלע, וואס האבן געהערט דאס ווארט. 45און די געמלטע (ד. ה. די יידישע) מאמינים, וועלכע זענען מיטגעקומען מיט פעטרוסן, האבן געשטוינט, אז אפילו אויף די אומות (העולם) איז אויסגעגאסן געווארן די מתנה פון דעם רוח הקודש. 46ווארום זיי האבן זיי געהערט רעדן מיט לשונות און אפגעבן כבוד צו ה׳. דעמאלט האט פעטרוס געענטפערט: 47צי קען דען עמיצער פארווערן דאס וואסער, אז עס זאלן נישט געטובלט ווערן אין דער מקווה די דאזיקע, וועלכע האבן באקומען דעם רוח הקודש, פונקט אזוי ווי מיר? 48און ער האט זיי באפוילן זיך צו לאזן טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן. דעמאלט האבן זיי אים געבעטן, נאך צו פארבלייבן אייניקע טעג.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in