און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש. און גלייך זענען אראפגעפאלן פון זיינע אויגן עפעס ווי שופן, און ער האט ווידער געזען, און איז אויפגעשטאנען און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה