און דער גייסט האט געזאגט צו פיליפוסן: גיי צו, און באהעפט דיך צו דעם דאזיקן רייטוואגן. און פיליפוס איז צוגעלאפן, און געהערט אים לייענען דאס (ספר פון) ישעיה הנביא, און האט געזאגט: צי פארשטייסטו וואס דו לייענסט? האט ער געזאגט: וויאזוי זאל איך קענען, ווען קיינער לערנט מיך נישט? און האט געבעטן פיליפוסן איינצושטייגן און זיך אנידערצוזעצן מיט אים.