1
מתתיהו 20:18
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
מחמת וואו צוויי אדער דריי זענען פארזאמלט אין מיין נאמען, דארט בין איך צווישן זיי.
对照
探索 מתתיהו 18:20
2
מתתיהו 19:18
ווייטער זאג איך אייך, אויב צוויי פון אייך וועלן מסכים זיין אויף דער ערד וואס שייך וועלכע עס איז זאך, אויף וואס זיי ווילן בעטן, וועט עס זיי געטאן ווערן פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
探索 מתתיהו 18:19
3
מתתיהו 2:18-3
און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט, און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים!
探索 מתתיהו 18:2-3
4
מתתיהו 4:18
דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.
探索 מתתיהו 18:4
5
מתתיהו 5:18
און ווער עס וועט אויפנעמען איין קינד אזעלכעס אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף.
探索 מתתיהו 18:5
6
מתתיהו 18:18
באמת זאג איך אייך, וואס איר וועט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל, און וואס איר וועט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל.
探索 מתתיהו 18:18
7
מתתיהו 35:18
פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער.
探索 מתתיהו 18:35
8
מתתיהו 6:18
ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.
探索 מתתיהו 18:6
9
מתתיהו 12:18
וואס מיינט איר? ווען א געוויסער מאן האט הונדערט שאף, און איינע פון זיי וועט פארבלאנדזשען, צי וועט ער דען נישט איבערלאזן די ניין און ניינציק אויף די בערג, און גיין זוכן די פארבלאנדזשעטע?
探索 מתתיהו 18:12
主页
圣经
计划
视频