און ווען ער איז אריינגעגאנגען אינם הויז, האבן זיינע תלמידים, גאנץ אליין, אים געפרעגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען בכוח אים ארויסצוטרייבן? און ער האט צו זיי געזאגט: דער דאזיקער מין (בייזע גייסטער) קען בשום אופן נישט ארויסגיין, אחוץ דורך תפילה און תעניתים.