1
מארקוס 17:2
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, זאגט ער צו זיי: די געזונטע האבן נישט נייטיק קיין רופא, נאר די, וואס זענען קראנק: איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
Compare
Explore מארקוס 2:17
2
מארקוס 5:2
און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
Explore מארקוס 2:5
3
מארקוס 27:2
און ער האט צו זיי געזאגט: דער שבת איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטשן, און נישט דער מענטש צוליב דעם שבת.
Explore מארקוס 2:27
4
מארקוס 4:2
און נישט קענענדיק אים צוברענגען צו אים צוליב דעם המון מענטשן, האבן זיי אראפגעריסן דעם דאך וואו ער איז געווען, און נאך דעם ווי זיי האבן דורכגעבראכן, האבן זיי אראפגעלאזט דאס בעט, אויף וועלכן דער פאראליזשירטער איז געלעגן.
Explore מארקוס 2:4
5
מארקוס 10:2-11
כדי אבער איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות מוחל צו זיין זינד אויף דער ערד—זאגט ער צום פאראליזשירטן: דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים!
Explore מארקוס 2:10-11
6
מארקוס 9:2
וואס איז לייכטער: צו זאגן צום פאראליזשירטן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי?
Explore מארקוס 2:9
7
מארקוס 12:2
און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!
Explore מארקוס 2:12
Home
Bible
Plans
Videos